1/4

טעגליכע נייעס באריכט מאנטאג בהעלותך


היינט געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק ר' יחזקאל'ע מערץ זי"ע, פילע אידן גייען ארויף צום ציון הק' אויפן בית החיים אין ניו דזשערזי. דערביי וועט אויך פארקומען די מעמד הקמת המצבה אויפן ציון הק' פון בנו בכורו כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל ככלות השלושים. און פארנאכטס וועט פארקומען די צענטראלע יארצייט סעודה אין בית המדרש תולעת יעקב אין וויליאמסבורג, צוזאמען מיט די יערליכע דינער לטובת החזקת בית המדרש. נכדיו כ"ק אדמורי"ם מטרעבישאן, קרעטשניף-קרית גת און מיאלען שליט"א וועלן אפרעכטן די יארצייט סעודות בבית מדרשם.

ראחמסטריווקא - זידיטשוב שיקאגא: היינט נאכט קומט פאר די שמחת החתונה פון החתן יונגסטן זון ביי הגה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, מיט הכלה בת הגה"צ ר' פנחס שלום אייכענשטיין שליט"א אב"ד חודרוב שיקאגא, בן כ"ק אדמו"ר מזדיטשויב שיקאגא שליט"א,וחתן הגה"צ ר' אלי' שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן. – די שמחה קומט פאר אויף א פריוואטע פארנעם.

שמחת בית סאטמאר: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, החתן זון פון בנו בכורו הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר ירושלים, איידעם ביי זיין פעטער הגה"צ אבד"ק מאקאווא ב"פ זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב יואל טייטלבוים שליט"א אב"ד תפארת מרדכי, זון פון הגה"צ ר' ליפא טייטלבוים שליט"א אבד"ק בית אהרן אין וויליאמסבורג, און איידעם ביי הגה"צ ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א אבד"ק פאיע וחבר הביד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר.

שמחת בית דאראג: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, א זון ביי זיין איידעם הגה"צ ר' ישראל פאנעט שליט"א. – די שמחה קומט פאר בהיכל ביהמ"ד הגדול דאראג אויף רחוב יצחק נפחא אין בני ברק.

שמחת בית ברעזאן - טשערנאביל - ויזניץ: היינט קומט פאר די שמחת החתן מאהל פונעם חתן א זון ביי כ"ק אדמו"ר מברעזאן שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא רמות שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' יצחק ישעי' האגער שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים זצ"ל. – די שמחה קומט פאר אין טשערנאבילע בית המדרש אויף רחוב חבקוק אין בני ברק.

שמחת הברית פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, בן הנולד ביים יונגסטן איידעם הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יואל רוקח שליט"א אב"ד אהל משה קאזלוב מאנסי, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א. - די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד קול אליהו דקהל יטב לב אין קרית יואל.

שמחת הברית פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א בן לבנו הרה"צ ר' שלום שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר-ב"פ שליט"א - אין ביהמ"ד באבוב-45 אין ב"פ.


היינט קומט פאר די שמחת התנאים פונעם חתן א זון ביי כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' ישעי' שנעעבאלג זצ"ל אבד"ק בני ראם, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב יהושע שמעון ראבינאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאלושין שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' דוד שווימער שליט"א דומ"ץ וויזניץ בית שמש.

שמחת בית סאטמאר - קאסאן - חוסט: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די כלה טאכטער פון בנו הגה''צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א, איידעם ביי הרה"ג ר' אשר אנשיל אשכנזי שליט"א אב"ד חוות דעת, מיט החתן זון פון הרב חיים שלמה ראטענבערג שליט"א זון פון כ"ק אדמו''ר מקאסאן שליט''א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט''א.


שמחת הווארט פון אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, בן לבנו הרה"ג רבי מאיר ברזובסקי ר"מ בישיבת סלונים בביתר - אין  היכל הטישן אין ירושלים.