1/4

טעגליכע נייעס באריכט דאנארשטאג קרח


לינדען, ניו דזורסי: נעכטן מיטוואך נאכט איז פארגעקומען א וויכטיגע 'אסיפת היסוד' אין בעפארברייטונג צו די עפענונג פון די נייע' מוסדות התורה והחינוך' אן די חרדישע יושוב אין לינדען, ניו דזורסי. עס איז פארגעקומען אין עליזיבעט, ניו דזורסי מיט די באטיילעגונג פון אלע עלטערן וועלכע פלאנען צו שיקן זייערע קינדער אין די נייע מוסדות. צווישן אנדערע האט אויפגעטראטן דער מייסד הקריה כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א וועלכע האט דערביי אויפגענומען הרב אברהם ברוך טייכמאן שליט"א אלס מנהל רוחני פון די תלמוד תורה.

אין אן אומגעווענליכע ערשיינונג איז הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי שליט"א ארויסגעפארן נעכטן אויך א שפאציר נעבן די וואסער אין תל אביב צו שעפן פרישע לופט. לויט ווי ס'ווערט איבערגעגעבן שפירט זיך דער גאון זייער נישט גוט אין לויף פון די לעצטערע טעג און אויפן ראט פון די דאקטוירים איז דער גאון אנגעוויזן צו שעפן פרישע לופט אויפצופרישן די כוחות.


א היסטארישע 'אסיפת הרבנים' איז נעכטן מיטוואך פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, אנגעפירט דורך הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א, וואו עס איז אויסגעשמועסט געווארן די נושא זיך מחזק זיין קדושת ביהמ"ד ומורא מקדש. עס האבן זיך באטייליגט ביים אסיפה: כ"ק האדמורי"ם מסקולען און קאסוב שליט"א, הגה"צ דומ"ץ סקווירא, דומ"ץ טאהש, אב"ד סקןלען-ב"פ, ר' אשר עקשטיין דומ"ץ בעלזא, ר' משה פרידמאן דומ"ץ סאטמאר, ר' חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר שליט"א.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-בית שמש שליט"א קומט היינט אן צוגאסט קיין ירושלים עיה"ק, וואו דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן ביז איבער שבת. א מעמד קבלת פנים קומט פאהר היינט נאכט אין ביהמ"ד הגדול תורת חיים וויזניץ אויף רחוב אדוניהו הכהן אין ירושלים.


כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט א דרשה פאר די בחורי החסידות לקראת ימי הקיץ, אין ביהמ"ד סקולען אין בארא פארק.


כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט זיך היינט ארויס קיין ווייט-לעיק ווי דער רבי שליט"א וועט וויילן במשך די זוממער חדשים.


כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א לאזט זיך היינט ארויס ממעונו אין ב"פ אויפן וועג צו 'מחנה ספינקא' אין סאוט-פאלסבורג ווי דער רבי שליט"א וועט וויילן במשך די זוממער חדשים.


כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א לאזט זיך היינט ארויס צום בחורים קעמפ אין לעק-שעלדריק ווי דער רבי שליט"א וועט וויילן במשך די זוממער חדשים.


כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א וועט היינט ארויספארן צו קרית יואל, ווי דער רבי שליט"א וועט וויילן במשך די זוממער חדשים.


כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועט היינט ארויספארן צו מחנה סקאליע אין די קעטסקילס, ווי דער רבי שליט"א וועט וויילן במשך די זוממער חדשים.


הגה"צ המשגיח רבי דן סג"ל שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטערע יארן אין ניו יורק, קערט זיך היינט צוריק קיין ארה"ק.

היינט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר רבי בנציון מוויאליפאלי זצ"ל, בנו כ"ק אדמו"ר מוויאליפאלי שליט"א וועט פראווענען די יארצייט סעודה בבית מדרשו אין פלעטבוש, בהשתתפות גיסיו כ"ק האדמורי"ם מדינוב און נדבורנה שליט"א.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי מנחם מענדל מליובאוויטש זי"ע, טויזענטע אידן וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אין קווינס. אין די יעצטיגע טעג האבן עטליכע רבני חב"ד ארויסגעשטעלט א בריוו ווי זיי בעטן דעם ציבור חסידים אז צוליב די שווערע מצב זאל מען זיך אפהאלטן היי-יאהר פון ארויפקומען און פוקד זיין דעם ציון הק' כדי נישט גורם זיין א געדרענג.


היינט געפאלט די יארצייט פון הגאון ר' יוסף חיים שניאור קאטלער זצ"ל ראש ישיבת לעיקוואוד – בנו הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א – ראש ישיבת לעיקוואוד וועט ארויפגיין צום ציון און איבערגעבן א שיעור כללי אין ישיבה לזכרו.

אסטראוו קאלאשין - קאסאן - קארלסבורג: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג ר' אהרן שפיגעל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלאשין זצ"ל, חתן כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, מיט הכלה אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א בת לחתנו הרה"ג רבי זלמן לייב לעבאוויטש שליט"א.


שמחת התנאים לנכד הגה"צ רבי בערל ווייס גאב"ד קרית צאנז ירושלים בן לחתנו הרה"ג רבי טוביה ליברמן רו"כ מחנובקא בעלזא בביתר בן הגה"צ רבי יהושע ליברמן ראש בית דין להוראה היכל המשפט בן הגה"צ רבי יוסף ליברמן ר"י שומרי החומות וחתן הגה"צ רבי אליעזר דוד פרידמן רב ביהמ"ד מחנובקא בעלזא לונדון עם בת הרה"צ רבי מנחם קאפ אב"ד לעלוב בראנוביץ בן כ"ק אדמו"ר מלעלוב בראנוביץ זי"ע בבית המדרש לעלוב בראנוביץ בירושלים.