1/4

והעיר וויען צהלה ושמחה

אויך אין וויען, עסטרייך הערשט א גרויס פרייד ווען די שולן האבן זיך צוריק געעפנט דעם פארגנגענעם שבת בה״ב נאכן זיין פארשלאסן פון תפילות פאר איבער אכט וואכן. אין ביהמ״ד קהל חסידים ווי הגה״צ ר׳ אברהם יונה שווארץ גאב״ד ווינא עסטרייך דאוונט איז געווארן ארויס געבויט א ריזן טענט כדי עס זאל זיין גענוג פלאץ און מען זאל קענען אויספאלגן די רעגעלאציעס (אזוי אויך איז געווארן אריין געבויט א צימער אין ביהמ״ד פארן רב שליט״א) שבת ביינאכט נאכן דאווענען האט דער רב שליטא אנגעהויבן צו שינגן מיט גרויס התרגשות ניגוני הודאה.