1/4

שבועות אין אלכסנדר‎

כ"ק אדמו"ר מאלכסנד שליט"א האט ארויסגעגעבן א ספעציעלע 'מכתב קודש' פאר די חסידים, וואו דער רבי שליט"א טוט מעורר זיין איבער קדושת ביהמ"ד און טוט אויפפאדערן אויסצולעשן די סעלפאונ'ס איידער מ'קומט אריין אין ביהמ"ד. דער רבי שרייבט: "שמועה טובה תדשן עצם, שמחתי באומרים לי בית ה' נלך, שבעזרת השי"ת נזכה שוב להיקהל ולעמוד על נפשנו כמקדמת דנא, לעבוד את ה' בעבודת התפילה בבתי כנסיות ובתי מדרשות ובבתי החסידים תמידים כסדרם, כאיש אחד בלב אחד", ולאחר מכן מרחיב בענייני קדושת בית הכנסת וחובת הכובד הראש בעת התפילה, ומורה "לזאת יקבל כל אחד על עצמו בקבלה גמורה, שלא יכניס עצמו לכתחילה בנסיון זה, כי בכל רגע עלול זה להפריעו מלכוון לבו לשמים, אלא קודם התחלת התפילה יכבה אותו לגמרי, כדי שיוכל לעמוד להתפלל לפני קונו כראוי וכיאות". אין די זעלבע צייט האט דער משב"ק הרב קלמן ראטענבערג שליט"א איבערגעגעבן הוראת הקודש אין בעפארברייטונג צום יו"ט שבועות בחצר הקודש. אלע יארן איז איינגעפירט אין אלכסנדר אז די חסידים וואס וואוינען אין אנדערע שטעט קומען צו פארן צום רבי'ן אויף שבועות און די 'נסיעות' האט פארנומען א גאר חשובע מקום אין אלכסנדר, אבער היי-יאהר צוליב די מצב האט דער רבי שליט"א געהייסן אז יעדער זאל דאווענען אין די ביהמ"ד פון זיין שטאט און נישט קומען צו פארן קיין בני ברק.