1/4

ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער פרישע איינצוימונגען אין די חתונה תקנות

אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער פרישע איינצוימונגען אין די חתונה תקנות דורך חתונה מאכן אין קלענערע זאלן, וועט היינט אפגעהאלטן ווערן די ערשטע 'אסיפת עסקנים' איבער די דאזיגע נושא ווי עס וועלן זיך צוזאמענעמען עסקנים פון איבער צוואנציד קהלות הקודש פון ארה"ק און מטכס עצה זיין די גענויע פלענער ווי אזוי אהערצושטעלן ביליגערע זאלן פאר'ן ציבור. אין אנדערע נייעס וועט דעם מיטוואך אפגעהאלטן ווערן אן אסיפה מיט די ערשטע דרייסיג מחותנים פון 'קהלת מרכז חסידי וויזניץ' וועלכע האבן צוגעשטימט חתונה צו די נייע פלאן פון חתונה מאכן אין 'היכל הטישן' וועלכע וועט אפקאסטן ווייניגער ווי צוויי טויזענט דאללער פאר יעדע צד.