1/4

דורשים בשלומה של עיר‎

נאכפאללגענדיג די שטורעם וואס האט זיך געשאפן איבער די שארפע מעסעדזש פון מעיאר דיבלאזיא איבער די לוי פון כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב, האבן ביידע סאטמארע ראשי קהלות אין וומסב"ג, הרב מאיר זעליג ריספלער הי"ו און הרב שאול פערשלשטיין הי"ו ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט אין נאמען פון די קהלה אז בפקודת הקודש פון רבי'ן מוז יעדער אויספאלגען אלע רעגולאציעס וואס רעכענט אריין גיין אנגעטון מיט א מאסק און וי פארשטענדליך אויספאלגען אלע אנווייזונגען פון די פאליציי און זיך נישט ארומשלאגן מיט זיי וואס איז נאר גורם א חילול השם. דאס קומט אין א צייט וואס אומאחריות'דיגע חרדישע פאלטיקאנטן האבן זיך געלאזט הערן מיט שארפע אויסדרוקן קעגן דעם מעיאר, אזאך וועלכע איז אומאקצעפטירבאר ביי תורה-טרייע יודן וועלכע האבן מקבל געווען אויף זיך דעם 'גזירת הגלות' באהבה, און זייענדיג אין גלות קענען מיר זיך נישט הייבן די קעפ, נאר מיר מוזן זיין דורשים בשלומה של מלכות און זיך רעכענען מיט זייערע ווערטער. ווי ברייט באריכטעט, האבן די טויזענטע מלוים ביים לויה פון כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל זיך אנגעטראפן מיט דער מעיאר פון ניו יורק סיטי' מעיאר ביל דיבלאזיא. לויט ווי דיבלאזיא האט געשריבן אין א מעסעדזש האט ער ערהאלטן באריכטן איבער א גרעסערע צוזאמקום אין וומסב"ג וועלכע טוט איגנארירן די סאושעל דיסטעסינג רעגולאציעס, און כדי דאס צו באשטעטיגן איז ער אליינס אראפגעקומען צו די סצענע בכבודו ובעצמו, עס מיטצוהאלטן מיט די אייגענע אויגן. דער מעיאר האט אויסגעפירט מיט א שארפע מעסעדזש געוואנדן צו די אידישע געמיינדע, אז פון היינט און ווייטער האט זיך געענדיגט דאס באנוצן בלויז מיט ווארענונגען און די פאליציי וועלן אנהייבן אונטערצונעמען גאר שטרענגע שריט ווי טיילן טיקעטס פאר די אלע וואס פארלעצן די רעגולאציעס, וועלכע רעכענט אריין גרעסערע צוזאמענקומפטן און גיין מיט א מאסק. דורכאויס די קומענדיגע טעג איז געזעהן געווארן א פארשטערקערטע פאליצייאישע וואך איבער גאנץ וומסב"ג און די פאליציי טוהן פארטיילן טיקעטס אין גרויסן פאר די אלע וואס פארלעצן סיי וועלכע פון די רעגולאציעס וועלכע רעכענט אויך אריין גיין מיט א מאסק אויפן פנים.

די עסקנים בעטן אז מ'זאל אויספאלגען אלע רעגולאציעס און זיך נישט ארומשפילן, כדי נישט גורם זיין א חילול השם און פארשידענע אנדערע קאנצוקווענצן און ווייטערדיגע פראבלעמען.