1/4

נייע יושוב אין טבריה פאר חסידי צאנז

מיט גרויס פרייד האבן חסידי צאנז אויפגענומען די גוטע בשורה פון 'הרחבת גבולי הקדושה' מיט די נארוואס באשטעטיגטע פלענער, איבער ערענסטע פלענער אויפצובויען א פרישע יושוב אין שטאט טבריה געאייגענט פאר חסידי צאנז, וואו עס וועט זיין די מעגליכקייט צו קויפן דירות פאר גאר ביליגע פרייזן. די נייע 'מושבה' יושוב געפונט זיך הארט נעבן די ביז יעצטיגע 'קרית צאנז טבריה' און אנטשפרעכט צו זיין א ריכטיגע חסידישע יושוב מיט אלע צוגעהערן ברוחניות ובגשמיות. מיט עטליכע יאר צוריק האבן זיך הונדערטע חסידי צאנז ארויסגעצויגן צו 'קרית צאנז טבריה' וואו עס איז ביז א קורצע צייט אוועקגעשטעלט געווארן א פראפעסינאלע 'קהלה קדושה' מיט אלע אקטיוועטעטן לשם ולתפארת. אין לויף פון די לעצטערע יארן האט מען מיט גרויס הצלחה באוויזן צו פארקויפן אלע 'פינף הונדערט דירות' פון דעם פראיעקט, און די עסקנים האבן זיך דערזען מיט אן ערענסטע פראבלעם ווען עס איז שוין מער נישט געווען צו קויפן קיין דירות אין 'קרית צאנז טבריה'. צענדליגע חסידי צאנז האבן זיך געבעטן 'למה נגרע' וועלנדיג אויך געניסן פון די ביליגע דירות-פרייזן אין שטאט טבריה, אבער עס איז פשוט נישט געווען קיין פלאץ צו באקומען. דערפאר האבן זיך די עסקנים אריינגעווארפן צו טרעפן א לעזונג און בלית ברירה האט מען געמוזט אפקויפן דעם דערנעבענדיגע 'מושבה' וועלכע וועט פארברייטערן די ביז יעצטיגע גבולי הקדושה פון 'חסידי צאנז טבריה', להגדיל תורה וחסידות ולהאדירה. אין אנדערע נייעס אינערהאלב קהלת צאנז איז געמאלדן געווארן אז אנדערש ווי אלע יארן, וועט זיך אנהייבן דעם נייעם 'אלול זמן' אין אלע ישיבות הקדושות דחסידי צאנז- דעם קומענדיגן חמשה עשר באב - און נישט ראש חודש אלול, בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס אזוי ווי ברייט-באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגערופן די 'בין הזמנים אב' און די בחורים וועלן ווייטער פארבלייבן אין ישיבה זיצן און לערנען.