1/4

דער רבי בעהט זיך

אין קהלת קרעטשניף אין רחובות איז דעם ערב שבת געהאנגען געווארן א מודעה בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א וועלכע האט געהייסן איבערגעבן גאר שטרענגע רעגולאציעס אין ליכט פון די צווייטע כוואליע אין ארה"ק. די מודעה ליינט זיך ווי פאלגענד: לשון קדשו של רבינו שליט"א: "אזוי ווי עס האבן זיך פארמערט די בארטאפענע פון די וויירוס בקרב אנשי שלומינו און ב"ה אז ביז יעצט איז נאך קיינער נישט צוגעקומען צו א מצב סכנה אבער עטליכע זענען אנגעקומען נאנט צו דעם. בעט איך א פרעזענליכע בקשה פון יעדן איינעם מאנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט: "האטס רחמנות אויף מיר! לערנט אייך נישט אפ פון די וואס נעמען די סכנה מיט א לייכט-זיניגקייט. זיי זענען מקריב קרבנות השם ירחם!" "יעדער זאל טון די פליכט וואס ליגט אויף איהם לויט די אנווייזונגען פון די דאקטוירים. דער וואס האט סיי וועלכע סימפטאמען אדער דארף זיין אייינגעשפארט, אפילו ער האט נאר א 'ספק' אין דעם און ער קען זיך נישט נאכפרעגן ביז נאך שבת, זאל בלייבן אינדערהיים און נישט ארויסגיין פון שטוב ביז נאכדעם וואס ער וועט נעמען די 'קאראנא-טעסט'. אויך איך ווייס אז עס איז נישט באטעמ'ט און די מצב איז נישט גרינג, אבער עס איז בעסער פון זיין א 'צועק לשעבר'. בברכת שבת שלום ומבורך ושלא ישמע שוד ושבר בגבולינו. ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה במהירה בימינו אכי"ר". אין אנדערע נייעס האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א געהייסן זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען 'אבינו מלכינו מנע מגיפה' אין ליכט פון די צווייטע כוואליע.