1/4

העפטיגע בארוטונגען צווישן די עסקנים אין חצר הקודש גור חתונה צו מאכן אויף א קלענרע פארנעם

אין חצר הקודש גור קומען פאהר העפטיגע בארוטונגען צווישן די עסקנים און דעם רבינ'ס זון הרב ישראל מנחם שליט"א איבער פרישע פלענער איינצוצוימען די הויעכע חתונה הוצאות.

שטייענדיג אין די יעצטיגע תקופה ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז דא מעגליכקייט חתונה צו מאכן אויף א קלענרע און ביליגערע פארנעם ווי ביז היינט, זענען דא ערענסטע פלענער אין חצר הקודש גור, ממשיך צו זיין מיט די יעצטיגע חתונה תקופה אויך אין די צוקומפט. לויט די נייע תקנות וועלן די חתונות פארקומען אין קלענערע זאלן בלויז מיט די באטיילעגונג פון די נאנטע בני המשפחה.

עס זענען דא ערענסטע אפציעס אפצורעכטן חתונות אין די גור'ע שטיבלעך איבער די וועלט, און יעדע שטיבל וואס וויל ווערן א חתונה-זאל וועט דארפן באקומען א ספעציעלע ערלויבענישף נאכדעם וואס די עסקנים וועלן אויסארבעטן אז די שיעורי תורה וועלן פארקומען אין אנדערע פלעצער. וועלן שבת שבע ברכות בלויז פופציג מענטשן.

אלע שבע ברכות'ן וועלן פארקומען אין הייזער און נישט אין זאלן און איין שבע ברכותוועט זיין געווידמעט פאר די פריעדיגע מחותנים וועלכע וועלן נישט זיין ערלויבט אנטייל צו נעמען ביי די שמחת החתונה.

אזוי אויך וועט ניש זיין ערלויבט צו קויפן אדע רדינגען נייע קליידער פאר די בני המשפחה און די מצוה טאנץ אן קיין גראמער. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס אין ניו יורק האבן עטליכע ענערגישע עסקנים געגרינדעט די נייע 'עטרה' ארגענעזאציע, וועלכע וועט ארויסהעלפן מחותנים חתונה צו מאכן לויט די קאראנא-סטאנדארטן און מיט דעם איינשפארן שווערע מיליאנען דאלארן א יאר פון יודישע קינדער. להחזיר עטרה ליושנה.