1/4

טעגליכע נייעס באריכט זינטאג עקב


היינט נאכט פאלט אויס די יומא דהילולא פון הרה"ק מפאפא זצוק"ל טויזענטער וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אין קרית פאפא. בנו כ"ק אדמו"ר מפאפא מב"פ שליט"א וועט היינט נאכט אפרעכטן דעם סעודת הילולא בבית מדרשו אין בארא פארק. בנו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועט היינט נאכט אפרעכטן א מסיבת לחיים אין היכל הישיבה גדולה, נאך תפלת מעריב.

היינט קומט פאהר די מעמד חנוכת הבית פאר ישיבת עמודי דגירסא בראשות הרב שלום לאנדא שליט"א ראב"ד לדון ולהורות – אין מחנה משכנות אברהם מאנטיסעלא בראשות אדמורי"ם ורבנים שליט"א.


מעמד הכנסת ספר תורה לזכר נשמת כ"ק אדמו"ר מדינוב מאנסי זצ"ל והרבנית ע"ה, נדבת בנו כ"ק אדמו"ר מדינוב קרית יואל שליט"א. די סיום כתיבת האותיות קומט פאהר אין שטוב פון זיין איידעם הרב יואל יחיאל וואגשאהל שליט"א, און עס וועט ווערן אריינגעפירט צום ביהמ"ד דינוב אויף אלבערט דרייוו, דערנאך וועט פארקומען די סעודת מצוה לגומרה של תורה אין זאל תפארת גדלי'.


כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לאזט זיך היינט ארויס קיין טשעסטנאט-רידזש ווי דער רבי שליט"א וועט וויילן אויף אפרוה.


הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א קערט זיך היינט צוריק למעונו אין וויליאמסבורג נאכ'ן וויילן פארגאנגע וואך אין לאנדאן לרגל די פדיון הבן פון אן אייניקל.

שמחת הווארט פון החתן בן הגה"צ ר' חיים יוסף פריעדמאן שליט"א אבד"ק ברעזשאן, זון פון הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק זאליזשא שליט"א, מיט די כלה בת הגה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי שליט"א, יונגסטע איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זצ"ל בעל תורת מרדכי, און זון ביי הגה"צ ר' וועלוויל טווערסקי זצ"ל, זון פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל - אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזניץ אין מאנסי.


שמחת התנאים פון החתן בן הגה"צ ר' שלמה מאיר ווייס שליט"א רב דביהמ"ד אבני קודש אין לאנדאן, זון פון הגה"צ ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ דק"ק סאטמאר אין אנטווערפן, מיט די כלה בת הגה"צ ר' לייבוש פאדווא שליט"א יו"ר ביד"ץ חושן משפט אין לאנדאן בן כ"ק גאב"ד לונדון שליט"א - אין שטוב פונעם מחותן אויף ברעידאן ראוד אין לאנדאן.


שמחת בית סקאליע: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג רבי בנציון שלמה הלברשטאם שליט"א רב דשכונת וועסט געיט אין לעיקוואד, בן הרה"צ רבי חיים שליט"א מפאקשאווניץ - מארין פארק וחתן כ"ק אדמו"ר מליעזש לאנדאן זצ"ל, מיט הכלה בת הרה"ג רבי ברוך פנחס גאלדשטיין שליט"א אב"ד סקאליע בן כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א נכדת כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים ב"ב שליט"א לרפו"ש.


שמחת בית סטרעליסק - מעזשביזש: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג רבי חיים מאיר קלוגהויפט שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א וחתן הגה"צ גאב"ד מעזשביזש שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג ר' יוסף דוד אונגאר שליט"א פון מאנסי.


שמחת בית אשוי - זעליחוב - ליפשא - דאמבראווא: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג רבי יחזקאל בעריש טערקלטויב שליט"א בן הגה"צ אב"ד אשוי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מזעליחוב שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג רבי יעקב משה אשרי שליט"א בן הגה"צ אב"ד ליפשא שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא מאנסי שליט"א.


שמחת בית מעליץ - חאליוב: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ אב"ד יאמפאלא שליט"א חתן הגה"צ אב"ד חאליוב שליט"א מיט הכלה בת הרה"ג רבי זלמן לייב הורוויץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מזאלישא שליט"א וחתן הרה"צ רבי ישראל דאכנער שליט"א מבארמעט.

לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים ב"ב שליט"א וועלכע געפונט זיך אין שפיטאל, די ציבור איז מתפלל לרפואת: מרן רפאל אהרן בן בתיה חיה לרפו"ש.


דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מדעעש אנטווערפן שליט"א וועלכע געפונט זיך אין שפיטאל, די ציבור איז מתפלל לרפואת: מרן שמואל חיים יחזקאל בן יוכבד לרפו"ש, והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.