1/4
  • RDN online

הרה"ח ר' מרדכי יצחק סאמעט הי"ו - באפרייט!

ברוך מתיר אסורים: מיט הערצער איבערגעפולט פון שמחה, טוט כלל ישראל דאנקען און לויבן דעם הייליגן באשעפער אויף די גרויסע חסדים, נאכדעם וואס די פארלאפענע ערב ראש השנה תשפ"א, איז הרה"ח ר' מרדכי יצחק סאמעט הי"ו באפרייט געווארן מאפילה לאורה, נאכ'ן שמאכטן אין טורמע קרוב צו צוואנציג יאר!


אין די נאכמיטאג שעות איז ר' מרדכי יצחק הי"ו אנגעקומען צו זיין שטוב אין קרית יואל, ווי ער איז אפגעווארט געווארן בתופים ובמחולות דורך די תושבי העיר. ויתבוננו חסדי ה', שטייענדיג נאך אזא שווערע יאר ווען כלל ישראל האט פארלוירן אזויפיל גרויסע פארלוסטן, האט זיך עס ב"ה געענדיגט מיט א 'גוטע ענדע' והכל הולך אחר החתום, ותחל שנה וברכותיה.