1/4
  • RDN online

שיתחדש המלוכה: שבת התאחדות כלל חסידי סאדיגורא בארה"ק

חסידי סאדיגורא זענען נאך אונטערן טיפן רושם, האבענדיג די זכיה מיטצולעבן דעם זעלטן דערהויבענעם 'שבת הכתרה' וועלכע איז געווען אנגעפולט בהתרוממות והתעלות מבואו ועד צאתו, היסטארישע מאמענטן וועלכע וועלן בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון די טויזענטע חסידים ואנשי מעשה וואס האבן דאס מיטגעהאלטן, 'שבת התאחדות' פון כלל חסידי סאדיגורא פון איבער גאנץ ארה"ק, בצל הקודש פון דער נייע מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א. אויף שבת זענען געקומען צו פארן קיין בני ברק צענדליגע חסידים מיט זייערע משפחות פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל, נישט וועלענדיג פארפאסן דעם ערשטן שבת בצלא דמהימנותא עילאה. דורכאויס די עריכת השולחנות, סיי פרייטאג צונאכט'ס און סיי שלש סעודות, האבן טויזענטע חסידים און תושבי העיר איבערגעפולט דעם גיגאנטישע שאטער וועלכע איז אויפגעבויעט געווארן הארט נעבן ביהמ"ד הגדול סאדיגורא אין בני ברק און איז געווען מלא על גדותיו מקצה אל קצה.

לכבוד שבת האט דער רבי שליט"א באנייט דעם נייעם שטריימל מיט א 'שפיץ' און זיך אויך אנגעטון א 'שניפצל' כנהוג ביי אדמור"י בית רוזין. צו 'בואי בשלום' איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען פון דאווען-שטוב און נאכ'ן דאווענען זענען טויזענטע יודן אריבער זיך וואונטשן 'גוט שבת' ביים רבי'ן. דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש עלף אזייגער און די עריכת השולחן האט זיך פארצויגן דריי שעות ברציפות פון התרוממות ועונג רוחני און מ'האט געענדיגט דעם טיש צוויי אזייגער. דורכאויס דעם טיש האט דער רבי שליט"א אויפגעטראטן עטליכע מאל בדברות קודש און  געהייסן זינגען עטליכע סקולענ'ע ניגונים צווישן זיי 'טעמו וראו כי טוב ה'. די זקני חסידים זענען געשטאנען פארוואונדערט, און זיך צוגעקוקט אויף יעדן תנועה וואס דער רבי שליט"א האט געוואויגן און זענען באגייסטערט געווארן פון די 'כח ההנהגה' וועכלע דער רבי שליט"א פארמאגט, ווען ער האט אנגעפירט די עריכת השולחנות כזקן ורגיל, ווי א רבי וועלכע פירט שוין טישן צענדליגע יארן. נישט אומזיסט האט זיך דער רבי זצ"ל אויסגעדרוקט אויפן בנו דער רבי שליט"א: "ער איז געבוירן א רבי!".... – זאגט איינע פון די חסידים.

שבת צופרי האט דער רבי עולה געווען מפטיר און דעם רבינ'ס עלייה איז געקויפט געווארן דורך איינע פון די נגידי המוסדות פאר די אסטראנאמישע סומע פון פופצן טויזענט דאללער. דורכאויס שבת האבן זיך באטייליגט דעם רבינ'ס ברודער הרב אפרים פישל און הבחור שמעון ני"ו וואס איז מכובד געווארן מיט'ן בענטשן ביי שלש סעודות. דער רבי שליט"א האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש עטליכע מאל דורכאויס שלש סעודות. מוצאי שבת האט דער רבי שליט"א אויפגעטראטן מיט דברי הדרכה פאר די חסידים און דערמאנט זיך צו שטארקן אין דעם 'פאן' וואס סאדיגורא חסידים טראגן וואס דאס איז 'אהבת תורה ויראת שמים'. נאך מעריב איז פארגעקומען 'קידוש לבנה' ברוב עם, בשעת ווען דער רבי שליט"א איז געשטאנען אויפן באלעמער און דערנאך זענען די הונדערטע חסידים אריבערגעגאנגען דעם רבי'ן זיך וואונטשן 'גוטע וואך'.