1/4

טעגליכע נייעס באריכט זונטאג מטות-מסעי


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א פון מאנסי קומט היינט אן קיין קרית וויזשניץ, קיימישע ווי דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע דריי וואכן בקרב תלמידי הישיבה.


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-בית שמש שליט"א וועלכע וויילט די טעג אין ניו יארק, וועט היינט אויפנעמען דעם ציבור בבית האכסניא אין מאנסי אין שטוב פון ר' חיים מאיר ציג הי"ו.


עצרת מספד והתעוררות ככלות השלושים צו די פטירה פון כ"ק אדמו"ר מדברי אמונה זצ"ל, די מעמד קומט פאר אין זאל פון בנות ישראל וויזניץ אויף מעיפל עוועניו אין מאנסי, וואו עס וועלן אויפטרעטן הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א רב דביהמ"ד קדושת יו"ט אין וויליאמסבורג, און בנו בכורו פונעם רבי'ן זצ"ל הגה"צ ר' ישראל מענדיל קאהן שליט"א אבד"ק דברי אמונה.

היינט געפאלט  די זעקסטע יארצייט פון הרה"ק בעל חכמת אליעזר מסערט ויזניץ זצ"ל, בנו כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' אויפ'ן ביה"ח אין בני ברק און אפרעכטן דעם סעודת הילולא אויף א פריוואטע פארנעם.

חתנו הגה"צ אב"ד סערט ויזניץ ארה"ב שליט"א וועט פראווענען דעם סעודת הילולא בבית מדרשו אין בארא פארק.


היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"ק גאב"ד קראסנא זצ"ל, חתנו כ"ק אדמו"ר מכוונת הלב שליט"א וועט פראווענען די יארצייט סעודה בבית מדרשו אין בארא פארק, אינאיינעם מיט א סעודת הודאה פון העסקן ר' יצחק מנחם ליכטענשטיין הי"ו נכד בעל ההילולא.

נכדו הגה"צ גאב"ד קראסנא שליט"א וועט פראווענען די יארצייט סעודה בבית מדרשו אין בארא פארק.

צום סיום השבעה פונעם פטירה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זצ"ל וועלן די קינדער כ"ק האדמו"רים מצאנז שליט"א ארויפגיין צום ציון אויפן צאנז חלקה אין ניו דזשערזי.


היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי אברהם מתתיהו משטעפינעשט זי"ע, אין ליכט פון די שווערע מצב וועלן נאר ספעציעלע שלוחים פוקד זיין דעם ציון הק' אויפ'ן ביה"ח אין גבעתיים. די צענטראלע יארצייט סעודה קומט פאר אין ביהמ"ד שטעפינעשט אין בני ברק.

ברוך דיין האמת: אין בארא פארק איז נפטר געווארן דעם שב"ק הרבנית רחל זינגער ע"ה מאלכסנדר אשת חבר כ"ק אדמו"ר רבי יחיאל מנחם זינגער מאלכסנדר זצ"ל אין עלטער פון 96 יאר, די לויה גייט ארויס היינט צופרי צען אזייגער פארנט פון ביהמ"ד אלכסנדר אין בארא פארק.

לקיים בנו חכמי ישראל: כלל ישראל ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא שליט"א וועלכער איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל. מרן נפתלי בן איידל דינה לרפו"ש, והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.

שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א בן לבנו הרה"צ רבי אלטר חים פנחס כהנא שליט"א איידעם ביי זיין פעטער הרה"צ רבי אליעזר ליפא כהנא שליט"א ראש כולל חסדי דוד ספינקא , בהיכל ביהמ"ד ספינקא אויף רחוב סאלאנט אין ירושלים.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מהאלמין שליט"א, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' אהרן רייך שליט"א דיין אין בני ברק