1/4

טויזענטע בחורים ביים 'אדורכגיין' אין גור

ווי ברייט באריכטעט איז נעכטן פארגעקומען די 'מעמד ארדורכגיין' בחצר הקודש גור, ווען טויזענטע בחורי גור בארה"ק זענען אריבערגעגאנגען און זיך געוואונטשן 'גוט יו"ט' ביים רבי'ן. חסידי גור צייכענען צו אויף מורא'דיגע לשונות וועלכע זענען געהערט געווארן פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א בשעת ווען די טויזענטע בחורים און יונגעלייט זענען 'אדורכגעגאנגען' זיך וואונטשן ביים רבי'ן. דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט פאר הרב לייבל פאזינסבאסקי הי"ו:  "זיי מיינען אז מ'קומט זאגן גוט יום טוב. זיי ווייסן נישט וואס א טובה זיי באקומען סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות". נאך א שעה וואס די בחורים זענען אדורכגעגאנגען, האט דער רבי שליט"א געפרעגט פון הרב איטשע מאיר טאומאן הי"ו וויפיל בחורים שטייען אינדרויסן און צו מ'היט אויף די רעגולאציעס פון שטיין אפגערוקט צוויי מעטער איינער פונעם צווייטן. דאן האט דער רבי שליט"א געזאגט:  "איך ווייס אז עס איז נישט פשוט צו קומען און ווארטן אסאך צייט. אבער די טובה וואס מ'קען טון פאר א יוד אין די טעג פאר שבועות איז לאין שיעור". נאכ'ן 'אדורכגיין' האט דער רבי געזאגט: "די גאנצע כח פון רבי עקיבא איז געווען זיינע תלמידים. ומתלמידי יותר מכולם. אין די טעג וואס זיינע תלמידים האבן נפטר געוועזן, איז דא א כח מתקן זיין, דורך די תלמידים די חסידים און מהפך זיין אלעס לטובה". עכלש"ק.