1/4

די הדקה פון חצר הקודש סקווירא אין לג' בעומר וועט ארומפארן אויף א טראק ארום די גאנצע שטעטל

פון חצר הקודש סקווירא ווערט איבערגעגעבן אז אנגעהויבן פון די קומענדיגע וואך וועט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א צוריק אנהייבן פראווענען דעם ציבור, נאך עטליכע וואכן וואס דער רבי האט נישט אויפגענומען דעם ציבור צוליב די פארשפרייטונג. דאס קומט נאכדעם וואס אין שטוב פון רבי'ן האט מען היינט אריינגעבויעט א ספעציעלע פענסטער ווי דער ציבור וועט קענען אדורכגיין לעצה ולברכה. אזוי אויך ווערט געמאלדן אז אנגעהויבן פון די וואך שבת וועלן די חסידים האבן די געלעגענהייט אריבערצוגיין דעם רבי'ן פרייטאג צונאכט'ס און זיך וואונטשן 'גוט שבת', בשעת ווען דער רבי וועט שטיין אויפן טעראסע. אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז היי-יאהר לג' בעומר וועט דער רבי שליט"א צינדען די הדלקה אין 'היכל רנה תפלה' בלויז מיט די בני המשפחה, און די פייער וועט שפעטער ארומפארן אויף א טראק ארום די גאנצע שטעטל.

אויפ'ן ווידיא ביים אויספרובירן דעם געדאנק אין שיכון סקווירא נעכטן נאכט.