1/4

טעגליכע נייעס באריכט דינסטאג קרח


מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועט היינט דאוונען תפילת שחרית אין ישיבה גדולה ויזניץ אין בראכפעלד, און דערנאך אפרעכטן א סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט די בחורי הישיבות.


מעמד 'סיום ספר הזוהר הק' וועלכע ווערט געלערנט אין 'כולל קומו רוני' – אין טאהש'ע זאל אין בארא פארק בראשות כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א און הגה"צ ר' בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש-ב"פ וועלכע וועלן אויפטרעטן מיט ווערטער.


כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וועט היינט איבערגעבן א שיחות חיזוק לקראת די ימי הקיץ אין ביהמ"ד קאסוב אין בארא פארק


הגה"צ אב"ד סקולען וויליאמסבורג שליט"א וועט היינט אפרעכטן א מסיבת לחיים לכבוד ראש חודש און איבערגעבן א שיחת הכנה לקראת די ימי הקיץ אין ביהמ"ד סקולען אין וויליאמסבורג.


כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר שליט"א איז אנגעקועמן צוגאסט קיין ניו יורק לכבוד די חתונה פון אן אייניקל.

כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א קערט זיך צוריק היינט נאכט למעון קדשו אין בניב רק.


אין די סקווירא קהילה אין לעיקוואד קומט היינט פאהר די 'סיום מסכת יומא והתחלת מסכת סוכה' במסגרת 'עמוד יומי דחסידי סקווירא' - אין היכל הביהמ"ד ווי הגה"צ ר' אברהם שפיצער שליט"א דומ"ץ הקהלה און הגה"צ ר' שאול שמחה פריעדמאן שליט"א אבד"ק שמן למנחה נאדיפאלי וועלן אויפטרעטן.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי שלמה (הראשון) מבאבוב זי"ע, נכדו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט אפרעכטן א שלחן הטהור לכבוד די הילולא אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק. כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא בבית מדרשו. אין אלע באבוב'ע צענטערן קומען פאהר יארצייט סעודות.

היינט נאכט ב' תמוז געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מדעעש זצ"ל בעל אמרי צבי, בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט טיש בהיכל בית מדרשו אויף רחוב רבי טרפון אין בני ברק.

שמחת בית גור: שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, די שמחה קומט פאר אויף א פארמאכטע פארנעם מיט די באטיילונגונג פון בלויז 150 אידן.


שמחת הבר מצוה פון בן הרה"ג אברהם ראבינאוויטש שליט"א בן הגה"צ ר' יצחק ראבינאוויטש שליט"א רב קהלת באיאן וומסב"ג חתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא פלעטבוש זצ"ל, די שמחה קומט פאר אין בעלזא זאל אין בארא פארק.


שמחת בית צאנז זוועהיל - לינז: שמחת התנאים פון החתן נכד הגה"צ אב"ד לינז שליט"א בן לחתנו הרה"ג משה אהרן געלדצעהלער שליט"א בן הגה"צ ר' דניאל שליט"א ראש ישיבת אור ישראל, מיט הכלה בת כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א חתן הרה"ק מצאנז-קלויזענבורג זי"ע, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד אין יוניאן סיטי.


שמחת בית שינאווא: שמחת החתונה פון החתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א בן לבנו הרה"ג דוד וואגשאל שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג ר' ישעי' שמואל פרידמן שליט"א חתן הרה"ג ישראל חיים פרידמאן שליט"א מספינקא בעיסוואטער, די שמחה קומט פאר אין זאל פון עטרת טשארנא.

שמחת התנאים לבן הגה"צ אב"ד מאקאווא ב"ב חתן גאב"ד קוממיות זצ"ל עם בת הגה"צ רבי דוד קאפ ר"י אורייתא בן כ"ק אדמו"ר מלעלוב בראנוביץ זצ"ל וחתן הגה"צ ר' ישראל שלמה שיינפלד זצ"ל בן יבדלחט"א הגה"צ ר' יוסף חיים שיינפלד שליט"א מקאסאן גאב"ד קרית הרצוג וחתן כ"ק אדמו"ר רבי אברהם שלמה מלעלוב זי"ע בהיכל ישיבת אורייתא ברחוב שטראוס בירושלים.


שמחת החתונה פון א אייניקל ביי הגה"צ ר' אברהם אליהו הלוי וואזנער שליט"א אבד"ק שבט הלוי בראכפעלד, אין זאל גאלדען סקיי אין ביתר עילית.

שמחת נישואי בן הרב ישראל מאיר לעזער שליט"א בן הרבני הנגיד רבי אברהם אהרן לעזער מב"פ וחתן הרה"ג ר' מענדל וייס בן הגה"צ המשפיע רבי דוד מאיר וויס זצ"ל (שנסתלק השבוע) עם בת הרה"צ רבי יהודה משה הלפערט בן הגה"צ רבי מאיר הלפערט חתן כ"ק אדמו"ר בעל "אמרי מנחם" מאלכסנדר זצ"ל וחתן הרה"צ רבי אהרן דוד פאנעט זצ"ל באולם היכלי הפאר בבני ברק.

הרב יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, אייניקל פון כ"ק האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, קאלוב, און וויזניץ פון מאנסי שליט"א, זיצט שבעה צו די פטירה פון בנו הילד מרדכי ע"ה, ביי זיך אין שטוב אין בארא פארק.


הרב אשר מרדכי גרינוואלד שליט"א, זון פון הגה"צ רב פאפא מאנסי שליט"א, און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, זיצט שבעה צו די פטירה פון בנו הילד ישעי' ע"ה, ביי זיך אין שטוב אין מאנסי.