1/4

טעגליכע נייעס באריכט דאנרשטאג חקת


כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א לאזט זיל היינט ארויס קיין מחנה קהילת יעקב פאפא ווי דער רבי שליט"א וועט וויילן פאר עטליכע טעג.





שמחת בית נדבורנה חיפה - מערב ב"ב - ר"י ויזניץ:  שמחת החתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר מנדבורנה חיפה שליט"א בן לבנו הרה"צ ר' מאיר לייפער שליט"א חתן הגה"צ רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב ב"ב מיט הכלה נכדת הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ר"י ויזניץ בת לחתנו הגה"צ רבי ברוך שטרנבוך שליט"א אב"ד ויזניץ ברכפלד, די שמחה קומט פאר אין בית המדרש הגדול אין קרית ויזניץ אין בני ברק.

שמחת בית מישקאלץ - נדבורנה צפת: שמחת החתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר ממישקולץ שליט"א בן לבנו הרה"ג ר' יהודה לייב בערגער שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מנאדבורנא צפת שליט"א מיט הכלה בת הרה"ג ר' מאיר העניג שליט"א חתן הגה"צ רבי חיים יצחק טווערסקי זצ"ל מטשערנאביל, די שמחה קומט פאר אין זאל פון היכלי מלכות אויף  רח' שלמה המלך אין בני ברק.

שמחת בית טאלנא: שמחת החתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א בן לחתנו הרה"ג ר' יהודה ארי' פיק שליט"א מיט הכלה בת הרה"ג ר' יצחק מאיר כרמל יו"ר מכון אבני שהם נכד הרה"ק ה"סולם" מאשלג זי"ע, די שמחה קומט פאר אין זאל פון גוטניק אין ירושלים.

שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביי הרה"צ ר' שמואל שמעלקא בידערמאן שליט"א מלעלוב בן הרה"ק בעל ברכת משה מלעלוב זי"ע, הבחור בן הרב משה חנינא ניימאן שליט"א חתן הגה"צ ר' ירוחם פישל יהושע בידערמאן שליט"א דומ"ץ לעלוב אלעד - אין זאל משכן הכינוסים חברון אין אלעד.


שמחת החתונה פון החתן בן הרב נפתלי צבי שמערלער שליט"א בן הגה"צ ר' יעקב ישראל שמערלער שליט"א בן הגה"צ ר' אליהו שמואל שמערלער זצ"ל ראש ישיבת צאנז וחתןכ"ק אדמו"ר מסטראפקוב זצ"ל - אין זאל היכלי מלכות אין בני ברק.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, מיט די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א בת לחתנו הרב מאיר שיינפעלד שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יהודה יחיאל שיינפעלד שליט"א בן הגה"צ ר' יהוסף חיים שיינפעלד שליט"א מקאסאן וגאב"ד קרית הרצוג וחתן הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א חבר ביד"ץ מחזיקי הדת.

עס איז געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, מיט די כלה בת הרה"ג ר' יצחק אייזיק פיש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מהאדאס שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד קהל יראים שליט"א.


שמחת השבע ברכות בבית קוזמיר - שאץ וויזניץ - נדבורנא - אין די בוהושע זאל אין בני ברק. היינט קומט פאהר די שמחת החאלאקע פון הילד בן הרב אלימלך שנעעבאלג שליט"א בן הגה"צ ר' דוד צבי שליט"א אב"ד זידיטשוב-בני ברק בן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר שליט"א.

ניחום אבלים: כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ב"פ שליט"א זיצט שבעה צו די פטירה פון זיין שוועסטער הרבנית פערל שפירא ע"ה מקעכניא, דער רבי זיצט בביתו נאוה קודש אין בארא פארק.



היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע, כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א און כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א וועלן אפרעכטן סעודת הילולת בבתי מדרשם.

לכבוד די יארצייט פון הרה"ק בעל עטרת מזידיטשוב זי"ע, וועט כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א ארויפגיין קיין אתרא קדישט מירון לכבוד די יארצייט און אפרעכטן א הדלקה בקרב חסדיו.