1/4

דער בחור וואס האט באנומען דעם ראש ישיבה: חג השבועות ביים פוסק הדור‎

אזוי ווי אלע יארן האט מרן פוסק הדור כ"ק ראב"ד ירושלים שליט"א געפראוועט דעם יום טוב שבועות אין היכל הישיבה אין בית שמש. מרן הראב"ד שליט"א און ראש הישיבה האט זיך באטייליגט ביים סדר הלימוד און האט אויך איבערגעגעבן א שמועס בעת כניסת החג בענינו של יום ובקדושת החג. אויך האט דער ראב"ד אויפגעטראטן ביי נעילת החג מיט שיחת חיזוק. אן אייגענארטיגע מנהג איז איינגעפירט אין 'ישיבת הראב"ד' אז אינמיטן די סדר הלימוד בליל שבועות שטעלט מען זיך אפ פאר א האלבע שעה צייט און מ'זינגט ניגוני דביקות ושירי תורה אזוי ווי ס'איז געווען איינגעפירט אין 'ישיבת תורת אמת' ביי הגאון ר' משה שניידער זצ"ל ווי מרן הראב"ד שליט"א האט געלערנט אלס בחור. נאך תפלת מוסף איז איינע פון די תלמידי הישיבה אריינגעגאנגען אל הקודש פנימה צום פוסק הדור שליט"א און אפגעראכטן עטליכע סיומים דורך תלמידי הישיבה וועלכע האבן געענדיגט עטליכע מסכתות וואס זיי האבן אדורכגעלערנט בעיון.  ביים סוף פונעם מעמד הסיום איז אריינגעקומען א בחור זאגענדיג אז ער האט אפגעקויפט 'חתן תורה' פארלאפענעם שמחת תורה פאר דריי אהאלב טויזענט בלעטער גמרא און האט געלאזט וויסן פאר מרן הראב"ד שליט"א אז יעצט שבועות האט ער געענדיגט זיין התחייבות און האט דורכעגלערנט די טויזענטע בלעטער גמרא. מרן הראב"ד שליט"א איז גאר שטארק באנומען געוועארן פון די בשורה און האט איבערגעגעבן פאר'ן בחור איינע פון זינע ספרים און מוצאי יו"ט האט ער אריינגעשריבן אן 'הקדשהק אינעם בכתב ידו.