1/4

טעגליכע נייעס באריכט זונטאג נשא


היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מויזניץ זי"ע, נכדו מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא אין זיין שטוב אין חצור אינאיינעם מיט די סעודת ראש חודש אנגעטון מיט א קאלפיק. שפעטער ביינאכט וועט זיך דער רבי שליט"א צוריקקערן למעון קדשו אין בני ברק, נאכ'ן זיין פארשפארט צוויי חדשים צוליב די עפעדעמיע.

נכדו כ"ק אדמו"ר ממרכז חסידי ויזניץ שליט"א וועט אפרעכטן דעם שולחן הטהור בבית מדרשו. היינט צופרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה און אויפגעטראטן מיט דרשת פתיחת הזמן.

היינט קומט פאר אן אסיפת התחזקות בענין קדושת בית המדרש דורך קהילת וויזניץ אין מאנסי דורך די טעלעפאון ווי עס וועט אויפטרעטן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי און הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א.

היינט קומט פאר א מעמד פתיחת הזמן פאר בחורי באיאן אין ניו יארק, עס קומט פאר אין די קלויז הגדול אין בארא פארק ווי די בחורים זענען פלאצירט אין די יעצטיגע טעג. עס וועט אויפטרעטן דורכן טעלעפאון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א.


היינט קומט פאר די יערליכע דינער 'בני הם' לטובת מוסדות סאטמאר אין מאנסי דורך א לייוו טעלע-קאנפרענס, וואו מען וועט הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א).

היינט נאכט געפאלט אויס  די יומא דהילולא פון הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע נכדו כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וועט אפרעכטן א שלחן הטהור אין ביהמ"ד דינוב אין וויליאמסבורג.

כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועט היינט אפרעכטן א שלחן לחיים לרגל די יארצייט פון הרה"ק בעל קרן לדוד זי"ע


היינט קומט פאר די ערשטע דינער לטובת די נייע ישיבה "תורת מרדכי וויזניץ" אין שטאט לאנדאן, וועלכע שטייט בנשיאות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן, עס קומט פאר דורכ'ן טעלפאן.

כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט א דרשת הכנה ליו"ט שבועות פאר די חסידים.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל יד יוסף מבוטשוטש זצ"ל - נכדו כ"ק אדמו"ר מבוטושאן שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא בבית מדרשו אין בני ברק.

שמחת התנאים פון אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר שליט"א החתן בן לבנו הרב יצחק מאיר לייפער שליט"א חתן הרב נפתלי מענדעלאוויטש שליט"א, מיט די כלה בת הרב אהרן וואזנער שליט"א בן כ"ק אגב"ד זכרון מאיר שליט"א חתן כ"ק גאב"ד לונדון שליט"א.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הרב שמואל צבי זינגער שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשענסקאוויץ פאקשעוויץ מאנסי שליט"א, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב יעקב יחזקאל סעקולא שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מנחם סעקולא שליט"א אבד"ק נחלת ישראל סאדאוונא

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הרב חיים יואל ראזענבערג שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' אברהם שמואל זילבער שליט"א אבד"ק קאשוי מאנסי, זון פון הגה"צ מפריימאן זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב אלעזר בראדי שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' בנציון אברהם האלבערשטאם שליט"א אבד"ק פאקשעוויץ פלעטבוש