1/4

חסיד אומות העולם: פרעזידענט טראמפ יר"ה‎

נאכפאלגענדיג די שארפע דעקלעראציע פון פרעזידענט האט א געוואלדיגע פרייד ארומגענומען דאס גאנצע יהדות החרדית זעענדיג א שיין פון האפענונג צוריק צו קענען דאווענען און לערנען אין די בתי מדרשים פון ווי מ'איז פארשטריבן געווארן גאנצע צוויי חדשים. טראצדעם וואס א פרעזידענט האט נישט די לעגאלע כח איבערצושטייגן א גאווענער, האט מען נישט געהערט קיין אנטווארט פון גאווענער דערקעגן און לויט ווי דער מעיאר דיבלאזיא האט געזאגט פרייטאג, זענען בתי מדרשים קיינמאל נישט פארשפארט געווארן לויטן געזעץ און אויך דער גאווענער איז מסכים אז בתי מדרשים זאלן זיין אפן, נאר עס זאל זיין אויסגעהאלטן לויט די רעגולאציעס.

כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א האט געמאכט א 'מי שברך' הנותן תשועה למלכים לכבודו פונעןם געערטן חסיד אומות העולם פרעזידענט טראמפ ירום הודו און האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ 'חסדי ה' און 'בך בטחו' אז אלע קהלה-מיטגלידער זענען ב"ה געזונט אין די צייט וואס דער גאלאנט'ע ביהמ"ד איז קיינמאל נישט געווען פארשלאסן.

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט ביים עריכת השולחן אז די דעקלעראציע פון פרעזידענט איז א בחינה פון 'חסד שבמלכות'.

כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א האט ארויסגעברענגט דעם שבת ביים פרקי אבות שיעור, אז מ'איז שוין אנגעקומען צו דעם אז אויך דער גוי פארשטייט שוין די וויכטיגקייט פון בתי מדרשים און די כח פון אידישע תפלות. דערביי האט דער רבי שליט"א געגעבן א שבח והודאה לה' אז יעדער איינער פון די קהלה איז געזונט און קיינער האט אפילו נישט געדארפט צוקומען צו א ווענטילעיטער אין די צייט וואס די וויענ'ע ביהמ"ד איז קיינמאל נישט געווען פארשפארט.

כ"ק אדמו"ר מקאליש-פלעטבוש שליט"א האט געמאכט א 'מי שברך' פאר'ן פרעזידענט און א 'מי שפרע' פאר'ן גאווענער קאומא וועלכע האט גורם געווען אז צענדליגע יודישע קינדער זאלן געהרג'ט ווערן אין די שפיטעלער און האט זיך אנגערעדט מיט שרעקליכע דברי כפירה. אויך האט דער רבי שליט"א געבענטשט 'ברכת הגומל' און גהייסן דעם ציבור יוצא זיין נאכ'ן דורכלעבן די שרעקליכע מגיפה.

פון חצר הקודש סקווירא איז געמאלדן געווארן הארט פאר'ן זמן כניסת השבת, אז אין ליכט פון דעם פרעזידענט'ס דעקלעראציע וועט מען האבן די זכיה אז כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט אפרעכטן די עריכת השולחנות אין ביהמ"ד הגדול ברוב עם הדרת מלך, נאך גאנצע צוויי חדשים וואס די חסידים האבן נישט זוכה געווען לחזות פני הקודש. די תפלות זענען נאך פארגעקומען אין די הויפן ווי ביז-דאן צוליב דעם וואס די דעקלעראציע איז געמאלדן געווארן עטליכע שעה פאר'ן זמן כניסת השבת, אבער די עריכת השולחנות איז דערווייל איינגעטיילט געווארן עפ"י הגורל.

אין חצר הקודש באבוב איז געפראוועט געווארן א גאר דערהויבענע שבת און די חסידים זאגן אז שוין לאנג וואס מ'האט נישט געזען דעם רב שליט"א אין אזא אויפגעלייגטע גיסטע. דער רב שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד תפלת מנחה ער"ש און אויך תפלת מוסף ווי דער רב האט געזינגען 'ישמחו' כנהוג אין די 'שיינע שבתים'. שלש סעודות האט דער רב געפראוועט אין ביהמ"ד הגדול ברוב עם הדרת מלך, בשעת ווען דער רב איז געזעצן אפגערוקט אויף א פלאטפארמע און די בחורים האבן מיטגעהאלטן פון ווייבער-שול.

אויך כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א איז צום ערשטן מאל אריינגעקומען דעם מוצאי שבת אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב"ג און אפגעראכטן די סעודת הילולא פון פעטער הרה"ק בעל קרן לדוד זצ"ל.