1/4

טעגליכע נייעס באריכט דינסטאג שלח


מיט ערשיטעטער געמיטער האט כלל ישראל אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די שוידערליכע טראגעדיע וועלכע האט פאסירט נעכטן מאנטאג נאכמיטאג הארט נעבן שיכון סקווירא, ווען א קאר אנגעפולט מיט תושבי השיכון האט אריינגעזעצט אין א בוים און ליידער אומגעברענגט אויפן פלאץ צוויי חשובע יודן הרה"ח ר' אריה שמואל דייטש ע"ה מחשובי תושבי שיכון סקווירא, בן הרה"ח ר' משולם שליט"א פון וויליאמסבורג און איידעם ביי הרה"ח ר' משה בערגער שליט"א - אין בליענדן עלטער פון 46 יאר. אינאיינעם מיט זיין חשוב'ער איידעם האברך החשוב ר' שלמה בירנהאק ע"ה, זון פון הרה"ח ר' יוחנן שליט"א, אין יונגן עלטער פון בלויז 23 יאר, איבערלאזנדיג זיין אשת חיל אין א קריטישן צושטאנד מיט איין קינד.

כלל ישראל ווערט געבעטן איינצורייסן לרפואת די פרוי פון ר' אריה שמואל ע"ה מרת אסתר בת רבקה און פאר די פרוי פון ר' שלמה ע"ה דבורה יהודית בת אסתר לרפואה שלימה. די אנדערע פאסאזשירן געפינען זיך נאך אין שפיטאל אין א סטאבילן צושטאנד. דער ציבור איז מתפלל פאר יוכבד בת אסתר, טראני בת אסתר, חי' ריזל בת אסתר, צפורה בת אסתר, יוכבד יוטל בת אסתר, חנה סימא בת אסתר און בלימא בת שבע בת אסתר. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) קומט היינט אן צוגאסט קיין בארא פארק און וועט קובע מזוזות זיין ביי די נייע 'ביהמ"ד תפלה למשה סאטמאר' אויף די זעכצענטע עועניו.


כ"ק אדמו"ר מביאלה שליט"א לאזט זיך היינט ארויס פון ירושלים עיה"ק קיין עיה"ק צפת וואו דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אויף אפרוה די קומענדיגע וואך. אויפן וועג וועט דער רבי שליט"א אפשטאטן א באזוך בהיכל ישיבתו הק' אין שטאט אלעד.


כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון ב"פ קומט היינט אן אויף די ערשטע באזוך קיין בארא פארק נאכ'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת. דער רבי שליט"א וועט וויילן אין שטאט ביז קומענדיגע זונטאג און זיך דאן צוריקקערן למעון קדשו אין בני ברק.


מיט דערלייכטערונג ווערט אויפגענומען אז די דאקטוירים זענען צופרידן מיט די אנטוויקלונגען נאך די אפעראציע ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכע איז נעכטן נאכט אדורכגעגאנגען אן אפעראציע. דער ציבור איז מתפלל לרפואת מרן מנחם מענדל בן לאה אסתר לרפו"ש.


בלומינגבורג: אין נאך א רינגעלע אין די הרחבת גבולי הקדושה אין די נייע חרדישע געגענט אין בלומינגבורג, ווען דעם פארלאפענעם שבת האבן זיך געעפענט צוויי נייע בתי מדרשים אין שטאט. 'ביהמד קערעסטיר' אין די טשעסנאדרידזש געגענט. און נאך א ביהמ"ד 'דעת קדושים בוטשטאטש אין די אלד-ראזעגעפ געגענט.

היינט צום יארצייט פון הגה"צ ר' צבי אלימלך קארנרייך ע"ה וועלן די קינדער האדמורי"ם לבית קאסוב-ויזניץ און שידלובצא שליט"א ארויפגיין צום ציון הק' און אפרעכטן די סעודת הילולת בבית מדרשם.


היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' דוב בער מביאלה זי"ע, נכדו כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא בבית מדרשו אין ירושלים.


היינט געפאלט די יארצייט פון הרבנית הצדיקת ע"ה כ"ק אדמו"ר מבערגסאז זצ"ל – די קינדערהאדמורי"ם שליט"א וועלן ארויפגיין צום ציון אויפן הר המנוחות.

שמחת הבר מצוה פון נכד כ"ק אדמור מבית יצחק ספינקא שליט"א בן לבנו הרה"ג ר' יודל הורוויץ שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ב"ב שליט"א, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד ספינקא אין וויליאמסבורג, בהשתתפות די זיידע כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א וועלכע האט זיך נעכטן צוריקגעקערט קיין וויליאמסבורג, נאכן וויילן די פארלאפענע וואך אין לאנדאן לכבוד א שמחה.

עס איז געשלאסן שידוך פון הכלה אור-אייניקל ביי כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א בת לבנו הרב ישראל יהושע העשיל פרידמאן שליט"א ראה"כ בראנאוויטש חתן הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א החתן בן הרה"ג ר' אשר שטעסל שליט"א פון קרית יואל.

שמחת התנאים פון החתן עלטסטע אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאלחוב שליט"א בן לבנו הרב זלמן לייב לאבין שליט"א, מיט די כלה בת הרב יצחק אייזיק קעפעטש שליט"א ר"י ישרש יעקב – אין טאשנאד'ע זאל אין מאנסי.

שמחת התנאים פון החתן בן הרב משה יחזקאל לויפער שליט"א אב"ד דזיקוב-וומסב"ג, מיט די כלה אייניקל פון הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א אב"ד דברי אמונה מאנסי בן לבנו הרב משה קאהן שליט"א חתן הגה"צ אב"ד פאיע שליט"א – אין זאל פון ויואל משה אין וומסב"ג.

שמחת הברית פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הגה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע, בן הנולד ביי זיין זון הרב זלמן לייב פריזאנט שליט"א, איידעם ביי הרב גרשון אייזענבערגער שליט"א פון יוניאן סיטי, אייניקל פון הגה"צ גאב"ד לינז זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' שלמה הכהן גראס זצ"ל מרבני בעלזא אין וויליאמסבורג, איידעם ביי הגה"ח ר' יעקל ראזענפעלד ז"ל משמש בקודש ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זצ"ל. - די שמחת הברית קומט פאר אין די היכל המתיבתא אין יוניאן סיטי.


שמחת התנאים פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מדינוב ביתר שליט"א, מיט די כלה בת הרה"צ יוסף מאיר פאנעט שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאסאן-בן פתחיה שליט"א וחתן הגה"צ אשר אנשיל קליין זצל אבד וואשרהעלי באולם שע"י ביהמד ויזניץ בירושלים.

ניחום אבלים: צו די הסתלקות פון הגה"צ ר' יצחק באב"ד זצ"ל אב"ד טארטיקוב-לאנדאן זיצן שבעה די ברודער הגאונים הצדיקים אבד"ק טארטיקוב, אבד"ק טארניפול, הגה"צ ר' מרדכי שליט"א ראב"ד מכון להוראה, הגה"צ ר' חיים יהושע שליט"א מטארטיקוב – אין ביהמ"ד טארטיקוב אויף די ניינצענטע עוועניו אין בארא פארק ביז מיטוואך צופרי. בנו הגה"צ אבד"ק דראהביטש שליט"א זיצט שבעה אין לאנדאן.


ניחום אבלים: צו די פטירה פון הרבנית בילא פילאפף ע"ה אשת הגה"צ ר' יונה פילאפף זצ"ל זיצן שבעה די קינדער: הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר ביד"ץ סאטמאר-מהרי"י, הגה"צ ר' מנשה פילאפף שליט"א רב דביהמ"ד מהר"י ט"ב אין וויליאמסבורג, הגה"צ ר' יצחק אהרן פילאפף שליט"א פון אנטווערפן, הגה"צ ר' ברוך פרץ פילאפף שליט"א. די טעכטער אשת כ"ק אדמו"ר מדינוב קרית יואל שליט"א, אשת כ"ק אדמו"ר מזידטשויב וומס"ב שליט"א, אשת הגה"צ אבד"ק מיהאלדי שליט"א, אשת הגה"צ ר' שמעון רייכמאן שליט"א - אין שטוב פונעם נפטרת אויף 5 זענטא אין קרית יואל.