1/4

טעגליכע נייעס באריכט זונטאג שלח


מעמד הקמת המציבה על קברו פון כ"ק גאב"ד שאפראן זצ"ל – 4:30 אויפן נייעם ביה"ח אין קרית יואל בראשות די קינדער הגה"צ גאב"ד שאפראן-ב"פ און גאב"ד שארפאן-וומסב"ג שליט"א.


מעמד הקמת המציבה על קברו פון כ"ק אדמו"ר מקליוולאנד זצ"ל – אויפן הר הזתים בראשות האדמו"ר מקליוולאנד שליט"א. שפעטער ביינאכט וועט פארקומען די סעודת הילולא לרגל הילולת הרה"ק ר' איתמר מנדבורנא זי"ע אין ביהמ"ד קליוולאנד אין ביתר.


ככלות השלושים צו די פטירה פון הגאון ר' יוסף וויינבערג זצ"ל – ר"י סלאנים, קומט פאהר היינט אויפדערנאכט אן 'עצרת התעוררות' לזכרו אין ביהמ"ד סלאנים אין בארא פארק, ווי צווישן אנדערע וועט אויפטרעטן הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

היינט קומט פאהר די צענטראלע שבע ברכות בשמחת בית סקולען-מאנסי: אין סקולענ'ע ביהמ"ד אין מאנסי צוגעשטעלט דורך די קהלה.

שמחת השבע ברכות בבית סאטמאר- דושינסקיא – קארוב: אין ביהמ"ד אוהל פיגא אין קרית יואל צוגעשטעלט דורך די קהלה.

שבע ברכות בבית סלונים אין תלמוד תורה דחסידי סלונים אויף רחוב יואל אין ירושלים.

שמחת התנאים פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א בן לחנו הרב יעקב אריה קוסטעליץ שליט"א, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מביאלה-פשיסחא שליט"א בן לבנו הרב משה ראבינאוויטש שליט"א – אין ביהמ"ד דאראג אין בני ברק.

היינט געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק ר' איתמר מנדבורנא זי"ע – די אייניקלעך כ"ק האדמורי"ם שליט"א וועלן ארויפגיין צום ציון הק' און אפרעכטן די יארצייט טישן בבית מדרשם. כ"ק אדמו"ר מקאליש שליט"א וועט אפרעכטן א טיש בביהמ"ד אין פלעטבוש.

שמחת הבר מצוה לבן כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א אינאיינעם מיט די מסיבת הווארט פון א קינד און די סעודת הילולא לרגל הילולת הרה"ק ר' איתמר מנדבורנא זי"ע – אין היכל הטישן דחסידי זוטשקא אין בני ברק.


צענטראלע שבע ברכות בשמחת בית אלכסנדר - זוויהעל: אין זאל 'מרום' אין בני ברק געאייגענט בלויז פאר אינגעלייט.


שמחת החתונה פון החתן בן הרב ישראל חיים אשרי שליט"א רב ביהמ"ד שער אפרים חתן הגה,צ ר 'משה סופר שליט"א אב"ד פאפא-ירושלים, מיט די כלה בת הרב חיים יעקב אונגער שליט"א בן הרה"צ ר' ישראל שליט"א מקאמארנא חתן כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר שליט"א.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון הכלה אור-אייניקל ביי כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א בת הרב יואל פרידמאן שליט"א בן הגה"צ ר' משה פרידמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר-ב"פ, מיט החתן אייניקל ביי הגה,צ אבד"ק שארמאש שליט"א בן לחתנו הרב אהרן פרידמאן שליט"א.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב דוד ביק בן כ"ק גאב"ד מעזיבוזש שליט"א חתן הגה"צ ר' וואלף גרינפעלד שליט"א מנירעדהאז, מיט די כלה בת הרב שמעון סעקולא שליט"א ראה"כ ראחמיסטריווקא-מאנסי בן הגה"צ אבד"ק סאדאוונא שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק פאקשעוויץ-טשענסקאוויץ שליט"א.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב אברהם הערש וואזנער שליט"א בן הגה"צ אב"ד שבט הלוי בית שמש, מיט הכלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר-ב"פ זצ"ל נכד לחתנו הרב עזריאל מאיר אייגער שליט"א מלובלין החתן בן הרב מנחם שמואל דאכנער שליט"א.

היינט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר רבי ישראל מרדכי מראחמיסטריווקא זצ"ל – בנו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' אויפן הר הזתים און אויפדערנאכט אפרעכטן דעם עריכת השולחן בביהמ"ד.


היינט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר ר' חיים דוב מוואסלוי זצ"ל - כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט טיש בביהמ"ד.


היינט געפאלט די זעכצענסטע יארצייט פון הגה"צ ר' יצחק שלמה אונגער זצ"ל גאב"ד חוג חתם סופר – הגה"צ גאב"ד חוג חתם סופר שליט"א גייט ארויף צום ציון הק' אויפן הר הזתים אין באגלייטונג פון די תלמידים.