1/4

נייע חתונה זאל אין סטאלין

אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען ארום דער פרישע געדאנק פון איינצוימען די אומגעהויערע חתונה הוצאות, דורך חתונה מאכן אויף א קלענערע פארנעם אין קלענערע זאלן אין ליכט פון די יעצטיגע תקופה, איז געמאלדן געווארן פון קהלת קארלין-סטאלין אז בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין-סטאלין שליט"א וועט די קהלה אין ביתר אהערשטעלן א גאר ביליגע חתונה זאל אויף די ליידיגע שטח פארנט פון די בנין המוסדות אין ביתר, תחת כיפת השמים, ווי מחותנים וועלן קענען אפרעכטן חתונות אנגעהויבן פון דעם קומענדיגן ח' סיון הבעלל"ט פאר די שפאט-ביליגע פרייז פון בלויז 4000$ ביידע צדדים - דאס הייסט 7000 שקל יעדע צד. אונטער די נייע תקנות וועט נאר זיין ערלויבט איינצולאדענען ביז הונדערט מענטשן און מען וועט זיך באנוצן בלויז מיט דיספאזעביל געשיר.