1/4

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א באזוכט אין מחנה קיץ ד'באבוב

דעם דארנעשטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען אויף א פלוצלינגדיגע באזוך אין פאקענאוס, פענסילוועניע ווי עס זענען פלאצירט די ישיבה קטנה בחורים פון 'מחנה כרם שלמה'. דער רב שליט"א האט גענומען שלום פון אלע בחורים און אויפגעטראטן מיט לענגערע דברות קודש פאר די בחורים ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע כוחות און ארבעט וואס די הנהלה רוחני און גשמי האבן אריינגעלייגט אין דעם נייעם קעמפ בדמים תרתי משמע אהערצושטעלן דעם קעמפ על צד היותר טוב. דערנאך האט דער רב שליט"א אפגעהאלטן אן 'אסיפת חינוך' מיט די מחנכים און משפיעים פון קעמפ.

פון דארט איז דער רב שליט"א אנגעקומען צו 'מחנה קדושת ציון' אין פאקענאס, פענסעלוועניע וועלכע געפונט זיך צעהן מינוט אוועק און דארט זענען פלאצירט די בחורים פון די ישיבה גדולה. אויך דארט האט דער רב גענומען שלום פון אלע בחורים און ארומשפאצירט אין קעמפ און זיכער געמאכט אז אלעס קלאפט. דערנאך האט דער רב אויפגעטראטן מיט לענגערע דברי הדרכה. פון דארט איז דער רב אנגעקומען אויף א באזוך אין 'מחנה שלוה ד'באבוב' אין סאוט פאלסבורג ווי עס זענען פלאצירט די בחורי ישיבה גדולה וואס לערנען אין ארה"ק. אויך דארט האט דער רב גענומען שלום פון אלע בחורים און אויפגעטראטן בדברות קודש.