1/4

הייליגע רבי שמעון מיר בענקען זיך נאך דיר

פרייטאג-צונאכט ביים עריכת השולחן פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, האט דער רבי שליט"א שטארק ארומגעקאכט ארום רבי שמעון בר יוחאי, שטייענדיג ביים שבת פאר לג' בעומר. ביי 'קה אכסוף' האט דער רבי ארויפגעלייגט די ווערטער 'הייליגע רבי שמעון' ווי אלע יארן און האט צוגעלייגט די ווערטער: "הייליגער ר' שמעון מיר בענקען זיך צו דיר". דער רבי האט זיך צעוויינט און איבערגעזינגען די ווערטער צענדליגע מאל מיט גרויס דביקות. שבת צופרי נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געזאגט אז צוליב דעם וואס ער איז געווען אזוי פארנומען ביים טיש מיט רשב"י, האט ער פארגעסן אז מורו ורבו הרה"ק בעל 'אמרי חיים' מויזניץ זצ"ל פלעגט זינגען די ניגונים פון אלע ימים טובים אויף פרשת אמור - פרשת המועדים. אויפן פלאץ האט דער רבי אנגעהויבן די ניגונים פון ימים נוראים און נאך ניגונים וועלכע האט זיך פארצויגן א לענגערע צייט.