1/4

אידן זענען מתפלל אין די באבוב'ער ביה"ח אין ניו דזשערזי ביים ציון הק' פון ר' נפתלי צבי מבאבוב זצ"ל

דורכאויס לג' בעומר איז די באבוב'ע בית החיים אין ניו דזורסי געווען גענצילך אפגעשפארט און האט צוריקגעהאלטן פון טויזענטע יודן פוקד צו זיין דעם ציון הק' ביום לג' בעומר וועלכע איז איינגעפירט געווארן די לעצטערע יארן און איז מסוגל לישועות. נאל שתדלנות ביי די רעגירונג-אינסטאנצן איז ערלויבט געווארן אן ענגע מנין יודן בראשות הרה"צ ר' יוסף אונגער שליט"א בשלחית אביו כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א. עטליכע שעות איידער צאת הכוכבים איז לייכטער געווארן די שטרענגע פאליצייאישע וואך אויפן פלאץ און האט ערמעגליכט פאר צענדליגע יודן זיך אריינצושמאגלען אין בית החיים און זוכה זיין מתפלל זיין ביים ציון הק' ביום לג' בעומר.