1/4

טעגליכע נייעס באריכט דאנערשטאג במדבר


היינט ערב ראש חודש סיון מוקדם וועט אפגעהאלטן ווערן די היסטארישע 'טעלע-כינוס' צוגעשטעלט דורך די בארימטע 'טעג ארגענעזאציע' און וועט מיטגעהאלטן ווערן לעבעדיג דורך רבבות תשב"ר פון איבער די גאנצע וועלט וואו מ'וועט אינאיינעם זאגן פרקי תהילים און די תפלות השל"ה. צווישן אנדערע וועלן אויפטרעטן: כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, הגאון ר' שמואל קאמענצקי שליט"א ר"י פילאדעלפיע, הגאון ר' אליהו בער וואכטפויגל שליט"א ר"י סאוט-פאלסבורג שליט"א און נאך גדולי ישראל שליט"א.


היינט קומט פאר די שמחת פדיון הבן פאר נכד כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א בן לחתנו הרה"צ ר' מאיר בורנשטיין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסוכוטשוב שליט"א, עס וועט פארקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א אין ירושלים עיה"ק.

מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועט היינט אנקומען אויף א תפלה ביים ציון פון של"ה הק' אין טבריה, און מתפלל זיין אינאיינעם מיט נאך גדולי ישראל לטובת די תורמים פון די בארימטע ארגענעזאציע 'וועד הרבנים'. דערנאך וועט דער רבי שליט"א אנקומען אויף א תפלה ביים אלטן ביה"ח אין עיה"ק צפת און אתרא קדישא מירון אין בעפארברייטונג צו די חתונה פון אן אייניקל וועלכע קומט פאהר נאך שבועות.

אין קהלת סאטמאר-מהרי"י אין בארא פארק וועט היינט פארקומען אן אייגענארטיגע 'סעודת הודאה' פאר אלע יודן העכער זעכציג יאהר וועלכע האבן איבערגעלעבט די ביטערע מגיפה. עס וועלן אויפטרעטן הגה"צ אבד"ק סאטמאר-ירושלים שליט"א און דער דומ"ץ הביהמ"ד הגה,צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א.

אין קהלת סאטמאר-מהר"א אין בארא פארק וועט היינט אפגעהאלטן ווערן א 'יום תפלה רבתי' לרגל ער"ח סיון מקודם, וואו עס וועט אויפטרעטן מיט דברי התעוררות: הגה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב.


כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט די וועכענטליכע 'ליל ששי שמועס' בבית מדרשו אויף די אכצענטע עוועניו אין ב"פ.


הונדערטע אידן וועלן שטראמען צום שטאט טבריה פוקד זיין דעם ציון הקדוש פונעם הייליגען של"ה זיע"א וואס ווי באוואוסט איז ער"ח סיון א זמן מסוגל לישועות און אידן טוהן זיך אויסבעטן ביי זאגן די תפילת השל"ה.  


דעם שבת געפאלט די יארצייט פון שמואל הנביא. אנגעהויבן פון היינט נאכט וועלן טויזענטע יודן שטראמען צום ציון הק' נעבן ירושלים.


שמחת התנאים פון החתן בן הרה"ג ר' דוד אייכענשטיין שליט"א בן הגה"צ אב"ד בערטש מאנסי שליט"א מיט הכלה בת הגה"צ ר' לייבוש פרידמאן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד הגדול סאטמאר בן כ"ק ראב"ד סאטמאר שליט"א חתן הגה"צ  אב"ד שאמשאן-ב"פ שליט"א, עס קומט פאר אין זאל פון אוהל שרה אין וויליאמסבורג.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג ר' פינחס יוסף דאכנער שליט"א בן הגה"צ אב"ד בערמעהט שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' יצחק מיכל מאשקאוויטש שליט"א אב"ד שאץ מאנסי, בן כ"ק אדמו"ר משאץ -וומסב"ג שליט"א וחתן הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מסערדנא שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' הערשל רוטנער שליט"א מספינקא-ב"ש בן הרה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא-מאנסי שליט"א.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ ר' פנחס בינעט שליט"א - דומ"ץ בעלזא-ב"פ, מיט די כלה בת הרב אשר דרעזנער הי"ו פון מאנסי.


היינט געפאלט אויס די יומא דהילולא פון הרה״ק ר' אליעזר זאב מקרעטשניף זצ"ל הי"ד, נכדיו כ"ק אדמורי"ם לבית קרעטשניף שליט"א וועלן אפרעכטן שלחן לחיים לכבוד די יארצייט.

כ"ק אדמו"ר מזוטשקא-אמסנא שליט"א לאזט זיך היינט ארויס אויף א 'מסע תפלה' צו די מקומות הקדושים אין גליל לרגל ער"ח מוקדם.


היינט כ"ז אייר, געפאלט אויס די יומא דהילולא פון הרה״ק שר התורה בנגלה ובנסתר רבי צבי הירש פריעדלאנדער זי"ע הי"ד בעל שערי הישר, וועלכער איז געווען דער דריטער רבי לבית ליסקא און האט באַלאָכטן דעם אונגארישן אידענטום ביז די צווייטע וועלט קריג מיט 75 יאָר צוריק. דער שערי הישר איז אומגעקומען על קידוש השם אין אוישוויץ, נכדו כ"ק מרן אדמו"ר מליסקא שליט"א וועט פראווען א לחיים טיש דורכ'ן טעלעפאן.


היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' ירחמיאל מאיר מאמשינוב זצ"ל - נכדיו כ"ק האדמורי"ם מאמשינוב שליט"א וועלן אפרעכטן די סעודות הילולא לכבוד די יארצייט און ארויפגיין צום ציון הק' אין טבריה.