1/4

שבת אין מירון בצל הקודש פון כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א‎

גאר א דערהויבענעם שבת איז פאראיבער אין אתרא קדישא מירון בצל הקודש פון כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א וועלכע האט אפגעראכטן די תפלות און די סעודות אויף א פריוואטע פארנעם מיט איבער א מנין יודן. דורכאויס שבת איז דער רב שליט"א ארויפגעגאנגען צום מערה עטליכע מאל און איז געזעצן ביים ציון הק' א לענגערע צייט ביי זיין מקום קבוע ווי אלע יארן און אויסגעבעטן ישועות פאר כלל ישראל. אויך היינט צופרי האט דער רב געדאווענט שחרית אין די מערה. מוצאי שבת איז הגה,צ גאב"ד מירון שליט"א געווען אויף א באזוך ביים רב לשיט,א ווי צווישן אנדערע האט דער מירונ'ע רב באוואונדערט די אויסטערלישע סייעתא דשמיא וואס דער רב האט באוויזן אנצוקומען קיין ארה"ק אין די יעצטיגע טעג אנדעם וואס ער זאל דארפן מאכן אן 'עלייה' אדער אויפפרישן די 'איזרעילי בירגערשאפט'. כ"ק בעל עמק התשובה שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט גאר שארף און געזאגט אז אויב קען מען נאר אנקומען קיין מירון דורך אן 'עלייה' פראצעדור, האט נישט קיין ווערד דאס גאנצע קומען קיין מירון.