1/4
  • RDN online

שבת שופטים



שמחת האויפרוף פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, א זון ביי בנו הגה"צ ר' משה האגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א אבד"ק אוסטילא אין עירמאונט, זון פון הגה"צ ר' אברהם דוב טווערסקי שליט"א אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאני שליט"א - די שמחת האויפרוף שב"ק און די שמחת הפארשפיל מוצש"ק קומען פאר בהיכל ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי. - דער זיידע כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א איז צוגאסט אויף שב"ק אין מאנסי לכבוד די שמחה.

שמחת האויפרוף פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל, די חתן א זון ביי הגה"צ ר' מתתיהו טווערסקי שליט"א אבד"ק ראחמיסטריווקא ביתר, מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, א טאכטער ביי בנו הגדול הגה"צ ר' יואל זושא בידערמאן שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל. - די שמחת האויפרוף קומט פאר אין ראחמיסטריווקא בית המדרש אין ביתר עילית.


שמחת האופרוף פון חתן כלה אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א החתן בן לבנו בכורו הרה"צ רבי אשר רוזנפלד שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל עם הכלה בת לחתנו הרה"צ רבי מרדכי קליין שליט"א מוואשרהעלי - אין ביהמ"ד הגדול דאראג בבני ברק.


שלום זכר לנכד האדמו"ר ממונקאטש בן לנכדו הרב חיים אלעזר ראבינאוויטש בן ראש ישיבת יודעי בינה 

שבת עלייה לתורה פון החתן בן הגה"צ ר' נפתלי שפיגל שליט"א מארסטראוו-קאלאשין חתן הגה"צ אבד"ק פאלטישען-ב"פ שליט"א, מיט די כלה בת הרב שמעון שטערן שליט"א מלעלוב – אין ביהמ"ד לעלוב-ניקלשבורג אין ירושלים.

שבת עלייה לתורה פון אן אייניקל ביי הגה"צ ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב ב"ב בן לבנו הרב חיים שטערן שליט"א חתן הגה"צ ר' ירמי' ניישלאס שליט"א אב"ד סערדיהעלי ב"ב - אין ביהמ"ד שערי הוראה אין בני ברק.

שבת עלייה לתורה פון אן איינקיל ביי הגה"צ ר' דוב ווייס שליט"א גאב"ד קרית צאנז-ירושלים החתן בן לחתנו הרב טוביה ליבערמאן שליט"א בן הגה"צ ר' יהושע שליט"א בן הגה"צ ר' יוסל שליט"א ר"י שומרי החומות, מיט די כלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מספינקא-אנטווערפן שליט"א בת לבנו הרב שמעלקא כהנא - אין ביהמ"ד צאנז אין ירושלים. מוצאי שבת וועט פארקומען די שמחת הפארשפיל אין 'ישיבת המתמידים' אין ירושלים.

שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרב יחזקאל שרגא שניאורסאהן שליט"א בן הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א וחתן הגה"צ ר' יצחק דוד הורוויץ שליט"א אבד"ק ראצפערט בראזיל, מיט די כלה בת הרה"ג ר' דוד צבי הירש מייזליש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' בעריש מייזליש שליט"א מווייטצען לאנדאן, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין קרעטשניפע בית המדרש אויף רחוב אבינועם ילין אין ירושלים. 

שמחת הקידושא רבא פון א אור אייניקל ביי כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א פון קייאמישא און וויליאמסבורג, אור אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, א טאכטער ביי הרב יהודה לייבוש האגער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאני שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' חיים מאיר הורוויץ שליט"א דומ"ץ וויזניץ וויליאמסבורג. - די שמחת הקידושא רבא קומט פאר אין מחנה אהבת ישראל וויזניץ אין ליבערטי, בצל קדשו פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון וויליאמסבורג.


דעם שב"ק קומט פאר די שמחת הקידושא רבא פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן שליט"א, א טאכטער ביי זיין זון הרב אברהם אביש ראבינאוויטש שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' סיני האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים צאנז שיכון ג' בני ברק. - די שמחה קומט פאר אין ביאלא בית המדרש אויף רחוב רוזנהיים אין בני ברק.

כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וועט וויילן דעם שבת אין שטאט בני ברק בקרב חסידיו.

כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא-ירושלים שליט"א וועט פראווענען די תפלות ועריכת השולחנות צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען דעם כתר האדמורו"ת אין ביהמ"ד הגדול סאדיגורא אין ירושלים.

הגה"צ אב"ד סאטמאר-ירושלים שליט"א וועט וויילן דעם שבת אין עיה"ק ירושלים בקרב בני קהלתו.


כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים ב"ב שליט"א וועט דעם שב"ק אפרעכטן די ערשטע טיש בליל שבת קודש, נאכן נתעטר ווערן בכתר האדמורו"ת פארלאפענע וואך נאכן פטירה פון זיין טאטן, אזוי אויך ווערט אפגעצייכנט די שבת בעפאר די הילולא קדישא פון הגה"ק בעל חוקי חיים זצ"ל משומרי אמונים, וואס געפאלט קומענדיגן דינסטאג ה' אלול.

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז צוגאסט אויף דעם שב"ק אין קרית יואל, די אכסניא איז אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' מענדיל שוויממער הי"ו, די תפילות און טישן וועלן אפגעראכטן ווערן בהיכל ביהמ"ד הגדול אויף 5 גארפיעלד.

כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וויילט דעם שב"ק אין מחנה ישיבה קטנה באבוב-45 אין סוואן-לעיק.

הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער וויילט די טעג אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, לקראת די שמחת החתונה פונעם יונגסטן קינד קומענדיגן חודש חשון הבעל"ט, וועט פראווענען דעם שב"ק בקרתא קדישא "מעזיבוזש" סמוך ונראה צום ציון קודש הקדשים פונעם הייליגן בעשטה"ק זי"ע.