1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט מיטוואך כי תבא


שמחת בית ווערדאן: שמחת החתונה פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א מב"פ חתן הגה"צ אב"ד יעמרינג שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' איתמר רויזענבוים שליט"א אב"ד אור מרדכי  בן כ"ק אדמו"ר מסטראזניץ שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק סאלקא שליט"א, די שמחה קומט פאר אין זאל פון עטרת חיה שרה אין מאנסי. דעם רבינ'ס מצוה טאנץ וועט זיין פונקטלעך 11:45.

שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ ר' יוסף גרינפעלד שליט"א אב"ד סעמיהאי אין סאפפערן, בן הגה"צ אבד"ק סעמיהאי ב"פ שליט"א, וחתן הגה"צ ר' שלמה לויפער שליט"א אב"ד קראלי מאנסי, מיט הכלה בת כ"ק אדמו"ר מתולדות מרדכי שליט"א, בן הגה"צ ר' אברהם דוב טווערסקי שליט"א אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי, וחתן כ"ק אדמו"ר מלויאוו טשערנאביל זצ"ל - אין סעמוואר זאל אין לעיקוואד.

שמחת בית לעלוב ניקלשבורג: שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב-ניקלשבורג שליט"א החתן בן לחתנו הרה"ג אהרן טייטלבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מהאסוקוב שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג ר' יעקב יהודה דאמפ שליט"א אב"ד תהלות יואל לאנדאן, די שמחה קומט פאר אין לאנדאן.

דער זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב-ניקלשבורג שליט"א איז אנגעקומען צוגאסט אין לאנדאן לכבוד די שמחה.

שמחת בית נדבורנה - קרעטשניף - יעריסלאוו:  שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ ר' חיים מרדכי ראזענבוים שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל, מיט הכלה בת הגה"צ ר' אברהם רוקח שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מיעריסלאוו שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מנדבורנה שליט"א, די שמחה קומט פאר אין קרית קרעטשניף אין רחובות.

שמחת בית קאלוב - תולדות אברהם יצחק - קארלין לעלוב: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון הכלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, בת לחתנו הגה"צ ר' אליעזר צבי טויב שליט"א אב"ד קאלוב ביתר בן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, מיט החתן בן הגה"צ ר' יונה וויינבערג שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל.


שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג ר' אשר מרדכי רובין שליט"א מגיד מישרים, אייניקל פון כ"ק האדמורי"ם מסאסוב לאנדאן און באניא זצ"ל, מיט די כלה בת הרה"ג ר' יואל מענדלאוויטש שליט"א דומ"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין בלומינגבורג - אין זאל פון ווילחאוויץ אין מאנסי.

מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א קומט היינט אן אויף א באזוך אין שטאט 'בראכפעלד' וואו עס וועט פארקומען די הנחת אבן הפינה פון די נייע וויזניצ'ע ביהמ"ד אין שטאט און דערנאך וועט דער רבי שליט"א אויפנעמען קהל חסידיו לקראת ימים נוראים.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א קומט היינט אן צוגאסט קיין לעיקוואוד און וועט אויפנעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים, אין שטוב פון הר"ר יחזקאל מייראוויטש הי"ו.

כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א קומט היינט אן קיין ביתר אויפצונעמען קהל חסידיו לקראת די ימים נוראים.

ויזניץ: הרה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א בן מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א קומט היינט אן קיין ניו יורק באשיינען די שמחת החתונה פון בת הרה"ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א ראה"ק ויזניץ אין ב"פ.


הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, איז אנגעקומען אויף א באזוך קיין לעיקוואד לטובת די מוסדות הקדושים תולדות אברהם יצחק, די אכסניא איז אין שטוב פון הרב אברהם צבי טייטלבוים שליט"א אין די וויספערינג פיינס געגנט.

מעמד עצרת מספד והתעוררות צו די פטירה פון כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים זצ"ל פון בני ברק, עס קומט פאר אין די היכל הביהמ"ד אויף רחוב שפת אמת אין בני ברק, וואו בנו האדמו"ר שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דברי הספד.

ניחום אבלים: די ברודער כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב-באר שבע שליט"א זיצט שבעה אין ביהמ"ד זידיטשוב אין בארא פארק, צו די פטירה פון די שוועסטער הרבנית משאץ-מונטריאל ע"ה. אזוי אויך זיצן שבעה איר מאן און קינדער אין מאנטריאל, און די שוועסטער הרבנית מתולדות אברהם יצחק און ראחוב תליט"א – בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין ירושלים.