1/4

כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט אנהייבען היינט דינסטאג אנטון תפילין פאר בר מצוה בחורים

פון בית כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז געמאלדן געווארן אז אנגעהויבן פון היינטיגן דינסטאג וועט דער רבי שליט"א צוריק אנהייבן אנטון תפילין פאר בר מצוה בחורים, נאך א צייט-אפשניט פון עטליכע וואכן וואס עס זענען נישט פארגעקומען קיין הנחות תפילין ביים רבי'ן אויס מורא פון א מעגליכע פארשפרייטונג. לויט די ראט פון די עסקנים וועט יעדע בחור מוזן אריבערגיין א 'טעסט' איידער די בר מצוה און דערנאך וועט ער האבן די זכיה צו לייגן תפילין ביים רבי'ן שליט"א. דערווייל וועט דער רבי שליט":א נאכנישט אננעמען סנדקאות.