1/4

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערשיינט אין ביהמ"ד הגדול‎

סאטמאר:כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) איז הייט צופרי ערשינען צו תפלת שחרית אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט, צום ערשטן מאל זינט די עפעדעמיע, וואו עס האבן מיטגעדאווענט הונדערטע חברי הכולל ובחורי חמד. אין אנדערע נייעס וועט דער רבי שליט"א פארלערנען די סוגיא שיעורים פאר בחורי ישיבה גדולה חלק ד', אין בעפארברייטונג צום יו"ט שבועות. די שיעורים וועלן זיך אנהייבן היינטיגן מאנטאג אין די סקולענ'ע ביהמ"ד אין וומסב"ג ווי די בחורים זענען פלאצירט אין די יעצטיגע טעג.