1/4

א 'היתר' פאר די עלטערע יודן

אזוי ווי ברייט באריכטע איז נעכטן דינסטאג פארגעקומען די גרויסארטיגע 'סעודת הודאה' פאר די עלטערע זקני חסידי סאטמאר. שטייענדיג נאך די ביטערע מגיפה ווען צווישן די עלטערע יודן געפונען זיך ליידער אסאך יודן וואס זענען אינמיטן די 'יב' חודשי אבל' נאך פארלוירענע קרובי המשפחה וואס זענען ליידער אומגעקומען אין די מגיפה הי"ד, האבן אסאך אידן אנגעפרעגט דעם דעת תורה ביי הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א, אויב זענען זיי ערלויבט עפ"י הלכה זיך צו באטייליגן ביי דעם 'שמחת השבע ברכות ומעמד ההודאה'. דער דיין שליט"א וועלכע איז מבחירי תלמידי הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געענטפערט ווי פאלגענד: "עס איז א 'דבר פשוט' אז אלע חברי אהבת קדושמים זענען ערלויבט זיך צו באטייליגן ביי דעם 'סעודת מצוה' און אויך די אבלים וואס האלטן אינמיטן די יב' חודש צו די פטירה פון זייערע עלטערן ע"ה. ווייל די סעודה איז באשטימט געווארן אלס 'סעודת הודאה להשם' אויף די גרויסע חסדים השם נפשינו בחיים אין די שווערע תקופה אין וואס מיר זענען אריבער. און 'הודאה' איז א חיוב מן הדין און עס איז אודאי א גרויסע מעלה ווען עס ווערט געפראוועט ברבים ובתוך רבין אהללנו, און אויך אז ס'ווערט דארט אפגעראכטן א 'סיום' פון ששה סדרי משנה. און דער דיין שליט"א פירט אויס: "ולכן פשוט שמותר מדינא להשתתף!"...