1/4

שארפע ווערטער פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים‎ שליט"א

אין די צייט וואס הרב יענקל ליצמאן הי"ו האט זיך אפיציעל אפגעזאגט פון דינען אלס מיטגליד אין די כנסת המינים פארלימענט אין מדינת ישראל, האט זיך כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א אויסגעדרוקט ביי א מסיבת לחיים היינטיגן מאנטאג: "דאס אז ליצמאן האט זיך אפגעזאגט איז א גוטע בושרה פאר אונז. כל זמן ער האט געדינט אלס חבר הכנסת איז געווען א גרויסע קטרוג אויף כלל ישראל. אבער יעצט אז ער האט זיך אפגעזאגט איז די גרויסע קטרוג אוועקגעפאלן און יעצט וועלן שוין די תפלות קענען נתקבל ווערן לרחמים ולרצון"...