1/4

טעגליכע נייעס באריכט מאנטאג קרח


כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א קומט היינט אן צוגאסט קיין לעיקוואוד וואו דער רבי שליט"א וועט אויפנעמען קהל חסידיו לעצה ולברכה. ביינאכט וועט דער רבי שליט"א פראווענען א סעודת ראש חודש אין אלכסנדר שטיבל אין שטאט. אנדערש ווי געמאלדן וועט דער רבי שליט"א פארבלייבן אין בארא פארק ביז מארגן דינסטאג ביינאכט בקרב חסידיו.


היינט קומט פאר אן אסיפות היסוד אין קהילת באבוב-45 איבער דאס עפענונג א נייע ישוב פאר קהילת באבוב-45 אין יוניאן נין דזשערסי.


ויתחדש המלוכה: דעם שבת האט זיך געעפענט אין לונדון די נייע ביהמ"ד 'קהל אסטראוו-קאלאשין' בנשיאות כ"ק אדמו"ר רבי מאיר שפיגעל שליט"א מאסטראוו-קאלאשין אין לאנדאן בן כ"ק אדמו"ר מאסטראוו-קאלאשין זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו-לאנדאן זצ"ל.


אין בארא פארק האט זיך געעפענט די נייע ביהמ"ד 'תפארת יעקב יצחק פאריצק' בנשיאות הגה"צ ר' נפתלי שפיגל שליט"א אב"ד פאריצק בן כ"ק אדמו"ר מאסטראוו-קאלאשין זצ"ל וחתן הגה"צ ר' אפרים אהרן שטיין שליט"א אבד"ק פאלטישען. יאריכו ימים על ממלכתם.


מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א קומט היינט אן אויף א באזוך אין די וויזניצ'ע ישיבה גדולה אין אלעד.


היינט נאכט וועט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אפרעכטן א סעודת ראש חודש אינאיינען מיט א סיום לימוד 'מצוה ט' פון ספר מנחת חינוך המבואר' – אין ביהמ"ד הגדול ד'מרכז חסידי ויזניץ אין בני ברק.

שמחת בית ראחמסטריווקא - וויזניץ מאנסי: שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ רבי מאיר יוסף רובין שליט"א דומ"ץ ראחמיסטריווקא, בן כ"ק אדמו"ר מסוליצא שליט"א פון פאראקאוועי, וחתן הגה"צ רבי דוד משה טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א, מיט הכלה בת הרה"צ רבי דוד דוב האגער שליט"א,  בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי וחתן כ"ק אדמו"ר משאץ וומס"ב שליט"א.

די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול לבוש מרדכי אין שיכון וויזניץ אין מאנסי.


שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א בן לחתנו הרב יעקב יוסף ניישלאס שליט"א בן הגה"צ ר' יודל ניישלאס שליט"א אבד"ק סערדאהעלי בית שמש - אין ביהמ"ד הגדול אין קרית נדבורנא בני ברק.


שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאלחוב שליט"א בן הרה"ג רבי יואל לאבין שליט"א חתן הגה"צ רבי סיני וואגשאל שליט"א מלאנצהוט-מאנסי, די שמחה קומט פאר אין זאל פון נזר יהודה אין וויליאמסבורג.

שמחת החתונה פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מדזיקוב הרה"צ ר' יחזקאל ישעי' הורוויץ שליט"א, מיט די כלה בת הרב חיים שיק שליט"א בן הגה"צ אבד"ק טאקאי זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ב"פ שליט"א.


שמחת החתונה פון החתן בן הרב נפתלי חיים מאשקאוויטש שליט"א חתן הגה"צ ר' יעקב צבי הורוויץ שליט"א מסטריזוב, מיט די כלה בת הרב עקיבא אייגער שליט"א בן הגה"צ ר' עזריאל מאיר שליט"א מלובלין חתן הגה"צ אבד"ק פאקשעוויץ-טשענסקאוויץ-מאנסי שליט"א.

היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' שלמה הראשון מבאבוב זי"ע – כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק.


היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי מאיר מקרעטשניף זי"ע, נכדיו כ"ק האדמורי"ם שליט"א וועלן אפרעכטן סעודת הילולת בבתי מדרשם.


היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"צ ר' עזריאל יהודה אילאוויטש זצ"ל גאב"ד שאמשאן, בנו הגה"צ גאב"ד יעמרינג שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' אויפן בית החיים אין ניו דזורסי.

צו די פטירה פון כ"ק אדמו"ר מדברי אמונה זצ"ל, וועלן האחים כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א און כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א זיצן שבעה היינט אינאיינעם אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.