1/4

האדמו"ר מסאטמאר: "מען זאל אויסטון די גלעזער גייענדיג אויפן גאס!"‎

אין א היסטארישע שריט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) געמאלדן אז פון היינט און ווייטער וועלן די חתונות פון זיינע אייניקלעך אפגעראכטן ווערן אויף א קליינעם פארנעם אין א פראוו איינצושפארן די גרויסע חתונה הוצאות. היינט ביים 'עצרת התעוררות' וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט האט דער רבי שליט"א אויפגעטראטן מיט לענגערע דברות קודש בחובת השעה. צווישן אנדערע האט דער רבי געזאגט אז אין די לעצטערע וואכן האט ער חתונה געמאכט צוויי אייניקלעך אויף א קליינע פארמאט לויט די יעצטיגע אומשטענדן און ס'איז געווען זייער באטעמ'ט און געשמאק און ער האט חשק דאס ווייטער איינצופירן אויך ביי די קומענדיגע חתונות בחצר הקודש הבעלל"ט.

דער רבי שליט"א האט שטארק מעורר געווען איבער התחזקות בשמירת עינים בפרט אין די יעצטיגע זוממער טעג און געזאגט אז עס איז ראטזאם אויסצוטון די גלעזער גייענדיג אויף די גאסן וואס זענען מלא פריצות כדי זיך צו היטן די אויגן בשמירה יתירה, בפרט אויף די אומריינע גאסן אין וויליאמסבורג. לויט ווי ס'ווערט איבערגעגעבן האט דער רבי שליט"א לעצטענ'ס אויך אנגעהויבן אזוי צו פירן אויסצוטון די גלעזער גייענדיג אויפ'ן גאס.

ביים עצרת האט דער רבי שליט"א אויפגעפאדערט דעם ציבור זיך מחזק זיין בעבודת התפלה און קומען אין צייט צום דאווענען און נישט רעדן אינמיטן דאווענען. דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט גאר שארף זאגענדיג: "וועמען עס געפעלט נישט, זאל נישט קומען דאווענען אין זיינע בתי מדרשים נאר זאל זיך גיין זוכן א צווייטע ביהמ"ד!"...