1/4

היסטאריע אין לונדון‎

צום ערשטן מאל אין די היסטאריע אין עיר הבירה לונדון איז אוועקגעשטעלט געווארן אן 'עירוב' אין די 'טענענהאם' געגענט. אין א בריוו וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך די ארטיגע 'בית דין צדק דהתאחדות קהלת החרדים', שרייבן זיי אז נאכדעם וואס די געגענט טענענהאם איז ארומגענומען מיט 'דריי מחיצות' און זעהנדיג די שטארקע נחיצות פון אוועקשטעלן אן עירוב אין יענעם געגענט, האבן זיי אויסגעארבעט מתקן צו זיין אן עירוב אין געגענט בהידור רב. צענדליגע יארן האבן תושבי לונדון זיך אפגעהאלטן פון טראגן אויף שב"ק, נאכדעם וואס כ"ק גאב"ד לונדון בעל חשב האפוד זצ"ל ובנו יבדלחט"א כ"ק גאב"ד לונדון שליט"א האבן בשום אופן נישט ערלויבט מתקן צו זיין אן 'עירוב' אין שטאט צוליב די פילע חששות דאורייתא ודרבנן אין וועלכע 'תיקוני עירובין' זענען פארבינדען און אויך צוליב די פירצות בעניני צניעות. די 'כדתיא בי"ד' האט אוועקגעשטעלט א ספעציעלע 'וועד לתיקוני עירובין בלונדון' וועלכע וועט ארויסשטעלן א ספעציעלע 'מאפע' וועלכע וועט אנצייגן גענוי פון און ביז ווי, דער עירוב וועט זיך ציען, לתועלת ולרחבתתושבי השכונה.