1/4

קלענערע חתונה זאל אין צאנז‎

אויך אין קהלת צאנז האט מען אנגעהויבן נעמען ערענסטע שריט איינצוצוימען די אומגעהויערע הוצאת החתונה און עס איז געמאלדן געווארן דעם פרייטאג, אז אנגעהויבן פון דעם קומענדיגן ט' סיון וועט זיין א געלעגנהייט פאר מחותנים חתונה צו מאכן אין הויף פון די מיידל שולע אין קרית צאנז, נתניה פאר די שפאט-ביליגע פרייז פון בלויז 2000$ יעדע צד. די חתונות וואס וועלן פארקומען אין הויף וועלן דארפן נאכקומען פארשידענע תקנות, צווישן זיי נישט איינצולאדענען מער ווי הונדערט מענטשן און נאך עטליכע איינצוימונגען.