1/4

נייע 'ראש הקהל' אין לאנדון

היסטאריע שפילט זיך היינט אפ אין עיר הבירה לונדון, ווען נאך גאנצע 'דרייסיג יאר' וועלן די ארטיגע חרדישע קהלות אויפנעמען א נייעם ראש הקהל. מיט דרייסיג יאר צוריק האט הגה"צ ר' העניך פאדווא זצ"ל גאב"ד לונדון ובעל חשב האפוד אויפגענומען הרב דוד פראנד הי"ו אלס 'ראש הקהל' פון 'התאחדות קהלת החרדים ד'לונדון'. דורכאויס די פארלאפענע דרייסיג יאר האט ר' דוד הי"ו אריינגעלייגט בלוט און שווייס אויפצוהייבן די רוחניות'דיגע אקטיוועטעטן אינערהאלב די חרדישע קהלות אין לונדון מיט גרויס הצלחה, ביז דעם פארלאפענעם דארנעשטאג ווען הרב פראנד הי"ו האט אפגעשיקט א ספעציעלע בריוו צום מרא דאתרא כ"ק גאב"ד לונדון שליט"א ווי ער שרייבט אז ער זאגט זיך אפ פון זיין אמט אלס 'ראש הקהל' און בעהט אז מען זאל אויפנעמען אויף זיין פלאץ א מער יונגערע פערזאן וועלכע וועט זיך קענען בעסער אפגעבן מיט יונגע ענעריגע לטובת די קהלות אין לונדון.

נאך א לענגערע זיצונג צווישן די טובי הקהלה איז באשלאסן געווארן אויפצונעמען הרב בנימין שטערן הי"ו אלס דער נייע ראש הקהל פון 'כדתיא לונדון'. ר' בנימין הי"ו וועלכע איז אן אייניקל פון הייליגן חתם סופר זי"ע דינט היינט אלס דער ראש הקהל אין 'קהלת תורה עץ חיים' בנשיאות הגה"צ ר' זאב פעלדמאן שליט"א און איז היינט עלה ונתעטר לגדולה לכהן פאר אלס דער חשובע 'ראש הקהל' פון 'התאחדות קהלת החרדים ד'לונדון'. לכבוד די התמנות איז דער נייע ראש הקהל צוזאמען מיט הרב פראנד הי"ו און אנדערע פארשטייער פון די קהלות הקדושות אין לונדון אראפגעגאנגען מקבל זיין ברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-לונדון שליט"א וועלכע האט אויך אונטערגעשריבן אויפן 'כתב הכתרה'. יאריך ימים על ממלכתו.