1/4

טעגליכע נייעס באריכט זונטאג בהר בחוקותי


היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' פנחס מאוסטילא זצ"ל הי"ד - חסידי סקווירא אלטוועלטליך וועלן זיך אנשליסן אנגעהויבן פון היינט ביינאכט אין דעם 'יום שכולו תורה' לזכרו הטהור, צוגעשטעלט דורך 'מעפל שארית לפנחס דחסידי סקווירא'. - נכדו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט זאגן קדיש נאך מעריב און דערנאך וועט הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א אויפטרעטן מיט 'דברי הכנה' בשליחת הקודש.


היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זי"ע, אין אלע קרעטשניף'ע צענטערן קומען פאר יארצייט סעודות, בניו כ"ק אדמורי"ם שליט"א וועלן ארויף צום ציון הק' אויפן הר הזתים.

היינט אויפדערנאכט קומט פאהר די 'נעשה ונשמע טעלע-דינער' לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק - וועלכע וועט ווערן אפגעהאלטן דורכ'ן טעלעפאן און כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דברות קודש.


שמחת בית צאנז: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון הכלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א בת לבנו הרב יחזקאל שרגא ברוך שליט"א רב הצעיר ד'צאנז חתן הגה"צ גאב"ד ראדימושלא שליט"א, מיט די חתן בן הרב  יעקב שאול לייזער צאנז-אלעד מענדל טויביאס רב ביהמ"ד דרכי שמואל ב"ב.

שמחת בית טענקא: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב מרדכי עהרנערייך שליט"א בן הגה"צ אבד"ק שאמלוי שליט"א חתן הגה"צ דומ"ץ טאהש שליט"א עב"ג בת הרב יואל צבי ווייסמאנדל שליט,א בן הגה"צ ראש ישיבת נייטרא זצ"ל 


שמחת בית דאראג - ביאלה-פשיסחא: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א בן לחתנו הרב יעקב אריה קאסטעליץ שליט"א עב"ג הכלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מביאלה-פשיסחא שליט"א בת לבנו הרב משה ראבינאוויטש שליט"א חתן הגה"צ ר' שלמה זלמן אונסדארפער שליט"א רב דקהל שפע חיים פתח תקוה.


היינט קומט פאהר די 'שמחת הוואך-נאכט' פון ערשטע אייניקל ביי הגה"צ אבד"ק צמח דוד סקאליע שליט"א און אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א בן להרב ברוך פנחס גאלדשטיין שליט"א חתן הגה"צ אב"ד נאסויד שליט"א - אין ביהמ"ד סקאליע אויף די אכצענטע עוועניו אין בארא פארק.

היינט אויפדערנאכט קומט פאהר די 'נעשה ונשמע טעלע-דינער' לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק - וועלכע וועט ווערן אפגעהאלטן דורכ'ן טעלעפאן און כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דברות קודש.


מיט דערלייכטערונג ווערט אויפגענומען איבער א שטארקע פארלייכטערונג אין די מצב הבריאות פון הרה"צ ר' ירוחם פישל ראבינאוויטש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א. דער ציבור איז ווייטער מתפלל לרפואתו הרב ירוחם פישל בן נחמה פערל לרפו"ש.