1/4

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט היינט געלאזט הערן דברי מחאה איבערן באזוך ביים מדינת ישראל ראש הכופרים

דברי מחאה פון האדמו"ר מסאטמאר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט היינט געלאזט הערן דברי מחאה קעגן זיין שוואגער מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכע האט אפגעשטאט א באזוך ביים מדינת ישראל ראש הכופרים. היינט נאך תפלת שחרית האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א 'מסיבת לחיים' לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק המגיד מטשערנאביל זי"ע און צווישן אנדערע האט דער רבי געזאגט: "דער וויזניצ'ע רבי זיצט פארשפארט די לעצטערע וואכן אין חצור און האלט זיך צוריק פון פראווענען  די חסידים, פירן טישן און פון טוהן ברבים אלע דברים שבמצוה, וויבאלד ער האבן מורא פון ווערן אנגעשטעקט מיט שלעכטע באצילן. איך פארשטיי נישט ווי אזוי ער האט נישט מורא פון ווערן אנגעשטעקט מיט שלעכטע רוחניות'דיגע באצילן ווען עס קומט צו התחברות צו אפיקורסים און מינים וועלכע האבן נישט קיין דרך ארץ און יראת הכבוד פאר'ן באשעפער. דעמאלט האט מען נישט מורא פון שלעכטע באצילן און מען קומט זיך גאר מתחבר זיין צו זיי!"... דער רבי האט אויסגעפירט: "די ווארט 'טשערנאביל' איז א צוזאמענשטעל פון צוויי רוסישע ווערטער. 'טשאר' וואס איז טייטש שווארץ און 'ביל' וועלכע איז טיישט ווייס - מ'דארף וויסן מבחין צו זיין צווישן שווארץ און ווייס!"...