1/4

'אליעזר עבד ה

שארפע פארדאמונגען פון עסקנים און כלל טוהער זענען געהערט געווארן נאך א דראמא וואס האט זיך נעכטן אפגעשפילט אין די מאונט-סיני שפיטאהל אין מאנהעטן, ווען די ארטיגע זיכערהייט באאמטע האבן זיך אויפגעפירט מיט אן אומדערהערטבארע חוצפה צו דעם בארימטער 'עמוד החסד' בדורינו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-ירושלים שליט"א,און אים ארויסגעווארפן פון שפיטאל. דער וויזניצ'ע רבי שליט"א וועלכע איז ברייט באקאנט מיט זיינע געוואלדיגע מעשי חסד איבער צוואנציג יאהר, האט טראץ די יעצטיגע שווערע אומשטענדן נישט מוותר געווען פון זיינע טעגליכע באזוכן אין שפיטאהל, און אין די צייט וואס אלע עסקנים, רבי'ס און כלל-טוער זיצן פארשפארט אינדערהיים, איז דער רבי שליט"א דער איינציגסטער יוד וואס האט זיך געדרייט אינערווייניג אין די שפיטאהל קארידארן און געארבעט אויף פארשידענע פראנטן ארויסצוהעלפן חולי ישראל אויף טריט און שריט און אריינגעבלאזן אין זייערע צובראכענע הערצער א שטראל פון האפענונג און חיזוק. דעם רבינ'ס אנוועזענהייט אין שפיטאל האט אייביג געבאדערט פאר די ארטיגע אייינגעשטעלטע אבער צוליב דעם רבינ'ס גוטע באציאונגען מיט די פארוואלטונג איז דאס פארזעהן געווארן דורך די זיכערהייט באאמטע.נעכטן דינסטאג, ביי זיין טעגליכע באזוך אין שפיטאהל, איז פונקט געווען א צווייטע זיכערהייט אויפזעהער וועלכע האט אויסגענוצט די געלעגנהייט און האט מיט חוצפה געהייסן דעם רבי'ן פארלאזן דאס שפיטאל וויבאלד זיין אנוועזנהייט איז נישט לעגאל אין די יעצטיגע צייטן פון די פארשפרייטונג. די אינצידענט איז בליץ-שנעל פארשפרייט געווארן אין די מידיע וואס האט געפירט אז דער פרעזידענט מר. דעיוויד ריטש פרובירט צו ארגאנעזירן א מיטונג זיך צו אנטשולדיגן פאר'ן רבי'ן, אבער דער רבי שליט"א איז נאר מסכים, אויב וועט ער באקומען די נויטיגע ערלויבענישן  ארויסצוהעלפן חולי ישראל אומגעשטערט. דערווייל טוט דער רבי שליט"א ווייטער עוסק בעבודת הקודש אינדרויסן פון שפיטאל עד יעבור זעם.