1/4

שערי הישיבות בארה"ק ננעלו‎

אין די צייט וואס ס'איז געווען א שטיקל האפענונג אז בחורים וואס וואוינען אין חו"ל און לערנען אין די ישיבות אין ארה"ק וועלן זיך קענען צוריקקערן קיין אר"י שוין דעם קומענדיגע וואך אין איינקלאנג פון פארשידענע תנאים, איז היינט געמאלדן געווארן דורך די באאמטע אין מדינת ישראל אז דערווייל וועט דאס נישט קענען צושטאנד קומען. אין א בריוו וואס דער שר הפנים ר' אריה דרעי האט היינט געשיקט צו אלע ראשי הישיבות בארה"ק שרייבט ער, אז צוליב א פרישע פארשפרייטונג אין ארה"ק, וועט מען דערווייל האלטן פארמאכט די גרעניצן און עס וועט נישט אריינגעלאזט קיין בחורים פון חו"ל וואס האבן נישט קיין איזרעילי בירגערשאפט. אין די לעצטערע וואכן האבן עסקנים אויסגעארבעט מיט די געזונהייט באאמטע אין מדינת ישראל אז תלמידים פון חו"ל זאלן זיך קענען צוריקקערן קיין אר"י און וועלן זיין איינגעשפארט פאר צוויי וואכן. די בעלזא ישיבה האט אפילו ארויסגעדינגען א האטעל אין שטאט ערד ווי עס איז צוגעגרייט געווארן אלע באדערפענישן פאר די חו"ל'דיגע בחורים ווען זיי וועלן זיך דארט אויפהאלטן אין לויף פון צוויי וואכן. למעשה זענען די פלענער פארוואסערט געווארן נאך די היינטיגע מעלדונג פון דרעי.