1/4

בואו שעריו בתודה‎

גרויס פרייד נעמט ארום דאס יהדות החרדית אין ניו יורק ווען היינט פרייטאג האט דער הויעכגעשעצטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פרעזידענט טראמפ יר"ה געמאלדן אין א שארפע מעסעדזש אז בתי מדרשים זאלן זיך זאפארט צוריק עפענען שוין היינט פרייטאג. דער פרעזידענט האט אפעלירט צו גאווענער'ס צו ערלויבן די עפענונג פון צענטראלע סערוויסעס געביידעס, זאגענדיג אז עס איז אן אומרעכט אז צענטראלע געשעפטן זענען ערלויבט צו זיין אפן אבער בתי מדרשים נישט. אויב איינער האט א פראגע קען מען אים רופן אבער זיי וועלן נישט זיין סוקסעספול מיט דעם רוף.

דער פרעזידענט האט ערקלערט אז בתי מדרשים זענען פלעצער וואס האלטן צוזאמען די געמיינדע און איז א צענטראלע טייל אין לעבן פון די אמעריקאנע באפעלקערונג. ער האט אויסגעפירט אז ער קען גוט די קהלה פירער און ער ווייסט אז זיי זארגען זיך פאר די וואויל-זיין פון זייערע קהלות און וועלן זיכער מאכן אז די קהלה-מיטגלידער זענען פארזיכערט בשעת'ן דאווענען.

עקספערטן זאגן אז פונקט ווי דער שליח פון פרעזידענט האט געקענט פארמאכן די בתי מדרשים, קען עס דער פרעזידענט אליינ'ס אויך צוריק עפענען.