1/4

פארמערטע צאל קאראנע פעלער אין קראון הייטס‎

קרוין הייטס - ווי מען הערט איז דער מצב אין קרוין הייטס היבש אנגעשטרענגט און מען הערט כסדר פרישע פעלער. איין גאנצע גרופע תלמידי הישיבה האט געברויכט אריין גיין אין איזאלאציע נאכדעם וואס א בחור האט געטעסט פאזיטיוו פאר קאראנע. עס הייסט אצינד אז אויף די תפילות ימים נוראים וועט מען ארויסנעמען אלע בענק פון די צענטראלע ביהמ"ד אויף 770 אזוי ארום צו פארמינערן די צאל מתפללים און די צייט וואס מען וויילט אין ביהמ"ד בעפאר און נאכן דאווענען.