1/4

חסידי ברסלב געשטראנדעט אין בולארוס‎

הונדערטע ברסלב'ער חסידים, אריינגערעכנט אסאך עלטערע אידן, בחורים און קליינע קינדער, זענען נע ונד אין א שטח צווישן בעלערוס און אוקריינא, אבער עס איז אין פאקט נישט בעלערוס און נישט אוקריינא. בעלערוס און אוקריינא זענען אויף מעסער שטעך, דעריבער איז פארהאן א נישט-לאנד זאנע וואס טיילט אפ די צוויי לענדער צווישן די גרעניצן. בעלערוס האט נעכטן געגעבן ערלויבעניש פאר די ברסלב'ער חסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון די גאנצע וועלט קיין בעלערוס מיטן האפענונג צו קענען אריבערגיין די גרעניץ קיין אוקריינא - צו קענען אדורכגיין אריין אין די זאנע ביז קיין אוקריינע. אבער אנקומענדיג קיין אוקריינא זענען זיי אפגעווארט געווארן דורך הונדערטע סאלדאטן מיט געווער ביזן ציין גרייט פאר א מלחמה... זיי האבן בלאקירט די וועג פאר די חסידים וואס לעכצטן אזוי צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און נישט געלאזט קיין איינעם אריבערגיין קיין אוקריינא. די חסידים האבן זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ, און לויט ווי אנוועזנדע געבן איבער טוט מען אומאויפהערליך מתפלל זיין מיט א שטארקע האפענונג אז מען וועט זיי נאך דורכלאזן. אינדערצווישן זענען שרעקליכע בילדער ארויסגעקומען ווי די הונדערטע אויסגעמוטשעטע אידן זענען אויסגעהונגערט און פארמאטערט, און האבן נישט קיין עסן און טרינקן. ווען די נאכט איז צוגעפאלן האבן זיך ארויסגעשטלט סעצענעס ווי קינדער און עלטערע אידן לייגן זיך אראפ שלאפן אויפן ראוד נישט האבנדיג מער קיין כח. די רויטע קרייץ איז אלאמירט געווארן פון די שווערע הומענטערישע סיטואציע, און זענען געקומען אויסטיילן עסן און טרינקן מיט דאכענעס פאר די הונגעריגע אידן. עסקנים איבער די וועלט זענען אין די שעות פארנומען אויף קעסל און כלים צו זען וואס מען קען דא טון ארויסצוהעלפן, סיי אויפן פראנט פון פארבעסערן די מצב פון די אידן וואס געפינען זיך דארט, און סיי צו ברעכן די שטייפע אוקריינא'ער פאליטישענס צו עפענען די גרעניצן.