1/4

טעגליכע נייעס באריכט פרייטאג און מוצ"ש חוקת בלק


לרגל די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"א וועט נכדו כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א אפרעכטן דעם סעודת הילולא נאך תפלת שחרית בבית מדרשו אין לינדען, ניו דזורסי.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון אן איינקיל ביי הגה"צ ר' וועלוול ארנסטער שליט"א אב"ד מאור חיים ירושלים בן לבנו הרב יוסף שליט"א חתן הגה"צ יחיאל מיכל שדרוביצקי שליט"א אב"ד סטרעטין ב"ב, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאנטניא שליט"א בת לחתנו הגה"צ שלמה גרינברגר שליט"א רב ביהמ"ד "אהבת שלום" ויזניץ אין אלעד בן הרה"ג שאול שליט"א ר"מ בישיבת ויזניץ ב"ב ומשב"ק מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, מיט די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א בת לחתנו הרב מאיר שיינפעלד שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יהודה יחיאל שיינפעלד שליט"א בן הגה"צ ר' יהוסף חיים שיינפעלד שליט"א מקאסאן וגאב"ד קרית הרצוג וחתן הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א חבר ביד"ץ מחזיקי הדת.

עס איז געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, מיט די כלה בת הרה"ג ר' יצחק אייזיק פיש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מהאדאס שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד קהל יראים שליט"א.

ניחום אבלים: כ"ק אדמו"ר מנדבורנא-ב"פ שליט"א זיצט שבעה על פטירת אחותו הרבנית מרת פערל ע"ה בת הרה"ק רבי שלום זצוק"ל אשת הרה"ג ר' מאיר שפירא מקעכניא ז"ל – בביתו נאוה קודש אויף דריי און פופציג אין בארא פארק, ביז דעם קומענדיגן מאנטאג פנחס צופרי.

מוצאי שבת חוקת-בלק

שמחת בית ספינקא מאנסי: דעם מוצאי שב"ק קומט פאר די שמחת הבר מצוה פון הב' א זון ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א. - די שמחת הבר מצוה קומט פאר אין ספינקא בית המדרש אין עירמאנט.

שמחת פדיון הבן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, בן הנולד ביי זיין איידעם הרב חיים אליעזר לאבין שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מזידטשויב ב"ב שליט"א. - די שמחה קומט פאר במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א אין בני ברק

לרגל די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר בעל נחל יצחק מזוטשקא זצ"ל – וועט כ"ק אדמו"ר מזוטשקא-ירושלים שליט"א אפרעכטן א מסיבת מלוה מלכה וסעדות הילולא בבית מדרשו אין ירושלים.