1/4

היסטארישע ספר אין סטריקוב

אין די יעצטיגע טעג איז אנדעקט געווארן אן אור-אלטן ספר 'תקפו כהן' פון בעל הש"ך זי"ע וועלכע  איז געדרוקט געווארן בשנת תק"ע און צווישן אנדערע ווערט געזען דערין די חתימה פון הרה"ק ר' דוב בעריש מביאלה זצ"ל ובנו הרה"ק ר' אלימלך מנחם מענדל מסטריקוב זצ"ל. נעכטן ביינאכט האט כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א אפגעראכטן א סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק מביאלה זצ"ל און דערביי מעיין געווען מיט התרגשות אין דעם היסטארישן ספר וועלכע איז לעצטענ'ס אפגעקויפט געווארן דורכ'ן רבי'ן.