1/4

היסטארישע אנדעקונג אין קאפישניץ‎

אין די יעצטיגע טעג איז געטראפן געווארן א היסטארישע אוצר פון אלטע ירושה-ספרים וואס האבן באלאנגט צו הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל מקאפישניץ זצ"ל. דער אלטער קאפישניצע'ר רבי זצ"ל האט געוואוינט אין ניו יורק נאך פאר'ן קריג און איז געווען באוואוסט מיט זיין צדקות און פרישות. נאך זיין הסתלקות איז פלוצלינג פארשוואונדן געווארן דעם רבינ'ס ירושה-סידור און נאך עטליכע ספרים מיט וואס דער רבי זצ"ל פלעגט זיך באנוצן טאג טעגליך.

נעכטן נאכמיטאג איז געטראפן געווארן א זעקל הארט נעבן די שטוב נכדו כ"ק אדמו"ר מקאפישניץ שליט"א אין בארא פארק און אינערווייניג איז געלעגן א הויפן ירושה חפצים, צווישן זיי די ירושה סידור פון אלטן קאפישניצ'ער רבי'ן און נאך פארשידענע אלטע ספרים, וואס ווארשיינליך האט דאס איינער געוואלט צוריקגעבן צו די יורשים. צווישן די בלעטער אינעם סידור איז פארשריבן הזכרות בכתב יד קדשו און ס'איז אויך פארהאן א קוויטל פונעם וועטעראן עסקן הרב אלימלך טרעס ע"ה. די אוצר ליגט יעצט ביי כ"ק אדמו"ר מקאפישניץ שליט"א און אין די קומענדיגע טעג וועט מען דאס צעטיילן פאר די יורשים פון די משפחת המלוכה לבית קאפישניץ.