1/4

טעגליכע נייעס באריכט דאנרשטאג בהעלותך


שמחת בית סקולען מאנסי: ברנה ובצהלה וועט היינט אויפדערנאכט געפראוועט ווערן די גרויסע שמחת החתונה פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א פון מאנסי  חתן הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א מיט די כלה בת הרב מאיר זעגלבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען זצ"ל וחתן הגה"צ ר' שמואל אהרן דייטש שליט"א אבד"ק סענדרא דעטרויט – די מעמד קבלת פנים קומט פאהר אין ביהמ"ד סקולען, די חופה אין הויף פון הנגיד ר' מיכל שווארץ הי"ו און פון דארט וועט זיין צוגעשטעלט א פלאטע פון טרענספארטאציע וואס וועט פירן דעם ציבור צום די שמחה קומט פאר אין א וועירהויז אין די מאנסי געגענט.

שמחת החתונה פון א דאפעלטע אור-אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, החתן בן הרה"ג דוד שלמה טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ שליט"א חתן הגה"צאב"ד ציעשנוב שליט"א מיט הכלה בת הרה"ג חיים שלמה רובין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבריזדוביץ שלייט"א חתן כ"ק אדמו"ר מהאראדענקא שליט"א, די שמחה קומט פאר אין זאל פון אור החיים ויזניץ אין ב"פ.

שמחת החתונה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מהארנסטיפל-מילאוואקי שליט"א בן לבנו הרה"ג בנציון טווערסקי שליט"א, מיט הכלה נכדת הגה"צ ר' אברהם ברוך הורוויץ שליט"א ראש ישיבת באבוב בת לחתנו הרה"ג ברוך יוסף וואקסמאן שליט"א, די שמחה קומט פאר אין עטרת גאלדא זאל אין בארא פארק, אין שפיץ פון דער גרויסע פעטער כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.

שמחת החתונה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א בן לחתנו הרה"ג עקיבא יוסף כהנא שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מספינקא-ב"ב זצ"ל, מיט הכלה בת כ"ק אדמו"ר מסטאניסלוב-לאנדאן חתן הגה"צ אב"ד עדזווער-לאנדאן שליט"א, דישמחה קומט פאר אויף א פריוואטע פארנעם אין לאנדאן.

שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מראחסטריווקא שליט"א, די שבע ברכות איז געאייגענט פאר בחורי חסידי ראחמסטריווקא, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול ראחמסטריווקא אין בארא פארק.

שמחת החתונה פון החתן בן הרב מרדכי גאלדמאן שליט"א בן הגה"צ ר' שמואל גאלדמאן שליט"א מזוויהעל פון שיכון סקווירא וחתן הגה"צ ר' יחיאל מיכל שטיינמעטץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב"פ, מיט די כלה בת הגה"צ ר' ישראל יעקב שיק שליט"א אבד"ק טאקאי.

שמחת החתונה פון החתן נכד הגה"צ רבי זאב ארנסטר שליט"א אב"ד מאור חיים ירושלים החתן בן הגה"צ רבי אליעזר שלומוביץ שליט"א ר"י ויזניץ אלעד, מיט הכלה בת הרה"ג אלעזר שנייבאלג בן כ"ק אדמו"ר מזידיטשויב שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מראפשיץ ירושלים די שמחה קומט פאר אין זאל פון אמפי פארק אין אלעד.

שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א בן לחתנו הגה"צ ר' חיים יעקב פרענקל שליט"א מרימנוב  בן הגה"צ ר' ישראל אשר פרענקל שליט"א - אין קאמארנא בית המדרש אויף רחוב ארזי הבירה אין ירושלים.

היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר בעל נחלת דן ממודזיץ זצ"ל בניו כ"ק אדמו"רים ממודזיץ און קוזמיר שליט"א וועלן אפרעכטן די יארצייט טישן בבית מדרשם אין בני ברק.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' נתן דוד מאמסנא זצ"ל - כ"ק אדמו"ר מזוטשקא-אמסנא שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא בבית מדרשו אין בני ברק.


היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' מנחם נחום מסקווירא זצ"ל בן הרה"ק ר' דוד מסקווירא זי"ע.

האחים הגאונים הצדיקים אבד"ק טארטיקוב, אבד"ק טארניפול און אבד"ק דראבהיטש שליט"א לאזן זיך ארויס היינט נאכט אויפן וועג קיין לונדון אין ליכט פון די הסתלקות פון הגה"צ אבד"ק טארטיקוב-לונדון זצ"ל.

כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א קערט זיך היינט צוריק למעונו אין ירושלים, נאכ'ן זיך אויפהאלטן די פארלאפענע צוויי וואכן אין שטאט בית שמש בקרב חסידיו.


הגה"צ אבד"ק סקולען-ב"פ שליט,א קערט זיך היינט צוריק למעונו אין בארא פארק נאכ'ן וויילן די לעצטע וואך אין ארה"ק לכבוד די חתונה פון א קינד.

גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו: אין לונדון איז נסתלק געווארן הגה"צ ר' יצחק באב"ד זצ"ל אבד"ק טארטיקוב-לונדון אין עלטער פון 83 יאר נאכ'ן נישט זיין געזונט אין די לעצטערע יארן. דער רב זצ"ל איז געווען די עלטסטע זון פון הגה"צ ר' אלכסנדר אשר באב"ד זצ"ל אבד"ק טארטיקוב און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מסטאניסלוב-אלעסק זצ"ל. די לויה איז ארויס היינט נאכמיטאג אין לונדון וואו ער איז געקומען לקבורה אויפן ארטיגן ביה"ח. דער רב זצ"ל האט איבערגעלאזט א דור ישרים יבורך פון בנין וחתנין רבנן, צווישן אנדערע: בנו הגה"צ אבד"ק דראבהיטש שליט"א, בנו הגה"צ ראש ישיבת תורת חסד שליט"א און נאך.

לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל זיין לרפואת הגה"צ ר' שאול אלתר שליט"א ראש ישיבת שפת אמת גור, וועלכע איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב אן אינפעקציע: מרן שאול בן ציפורה לרפו"ש.

דער ציבור איז ווייטער מתפלל לרפואת הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א אב"ד דברי אמונה וועלכע איז ווידער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאהל: הרב אהרן בן יענטא לרפו"ש.